Tuesday, May 1, 2012

May Day מזרחי style























Credit: Dr. Brill

10 comments:

כת ליצים said...

"May Day מזרחי style"

אמר רבי ירמיה בר אבא: ארבע כיתות אין מקבלות פני שכינה: כת ליצים, וכת חניפים, וכת שקרנים

מזרחי Is blessed with all 3++

Yanover said...

now these are just scary.

shaul shapira said...

כת ליצים said...
"May Day מזרחי style"

אמר רבי ירמיה בר אבא: ארבע כיתות אין מקבלות פני שכינה: כת ליצים, וכת חניפים, וכת שקרנים


How do you know? Have you ever met any?

The Bray of Fundie said...

fantastic history. a great find. thank you Tzig

yechi kaliv ad ha'olam said...

http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=40399

this is breaking news! the wedding of the century is coming up.

Anonymous said...

why wasnt Chabad invited to the citi field Asifa

!שני פּעמים טֶרַלאלא said...

"this is breaking news! the wedding of the century is coming up."

גיי ווייס, מילא חתונה פארוואס ניט! אבער ער בצירוף 'מחריבי עולם' קענ'ן נאך אהער שטעל'ן אַ נייעם בנשק'ל

schneur said...

Why Mizrachi ? Did you ever hear of Poale Agudas Israel in Poland and Israel. How about Pagi and Reb Eliyahu Kitov, Ever hear of the reiche Hasidim in Poland who would not hire Jewish workers in their factories.I seem to recall our leader in 770 was very sympathetic to PAI and msot of the Kfar voted for that aprty in Israeli elections.
Today we never even here of Jews who work for others every Jewi is a capitalist .A Charedi Jew shoudl work feh !Certainly not one of the aristocratic Hungarain families that have suddenly cropped up. What ever happened to aritocratic Litvishe, Peylishe, Russiche, families ?
By the way among Jews who expressed support for COMMUNISM not Socialism was rav Ashlag and Reb Itzikel Ponovieser.Dr. Isaac Breuer was a confirmed Socialist Not all rabbis endorsed the deal that the rich would give them money and they would give the rich kavod (Thats the deal today in the US charedi world) That is also why Chassidus came along(a major reason) enough with the sheine Yidden yachsonim arendaren and Rabbonim Many early Chassidic seforim ahve "teyre" things to say about the rabbinic class and their midos teves.
So I say Jews of the world arise and liberate yourself from our self proclaimed leaders the fat cats and their rabbonische nachshlepeprs..
And think a little bit about social justice and the poor amongst us

Babruisker said...

איך דאַנק אייך פאַר אייער בריוו פון כ"ה אדר, וואָס איך האָב זיינערצייט ערהאַלטן אין ענטפער אויף מיין בריוו אין מיינע פריערדיקע באַמערקונגען וועגן דער "לייכטערער" זייט פון דער צייטונג, בין איך, זעלבסטפאַרשטענדלעך, אויסן געווען ניט אַזוי די פּאָפּולערע וויסנשאַפטלעכע אַרטיקלען ווי די בעלעטריסטיק פון אַ באַשטימטן סאָרט. אָבער אויך אין באַצוג צו פּאָפּולערע וויסנשאַפטלעכע אָפּהאַנדלונגען פאָדערט זיך אַ פאָרזיכטיקער צוגאַנג. אין געוויסע געביטן קען אַ פּאָפּולערע אָפּהאַנדלונג זיין ווייניקער געוואונשן ווי אומוויסן, ספּעציעל אין דעם געביט וואָס ווערט דערמאָנט אין בריוו, וואו אַ פרייע אָפּהאַנדלונג אויף די שפּאַלטן פון אַ צייטונג קען אָפט אַרויסרופן אַ ניט­געוואונשענע נייגיריקייט און צייטנווייז אפילו קראַנקהאַפטע פּסיכאָלאָגישע נייגונגען און פאָלגען. עס וועט פאַר אייך ניט זיין קיין נייעס אָנצואווייזן, אַז עס זיינען פאַראַן גאָר פיל פאַלן, וואו צייטונגס אַרטיקלען אויפן געביט פון פּסיכאָאַנאַליזע, אָדער, למשל, קאנסער פאָרשונג, האָבן געבראַכט צו נערווייאישע אָנשטרענגונגען, איינרעדענישן און גאָר ערנסטע פאָלגען.
אָבער דער עיקר איז מיין כוונה געווען אָפּצושטעלן זיך אויף דער בעלעטריסטיק, און צו מאַכן קלאָרער וואָס עס האָט אַרויסגערופן מיין קריטיק, לעג איך דאָ ביי אויסשניטן פון צייטונגען, וועלכע זיינען מיר לעצטענס געקומען צו דער האַנט. — ניט בייגעלייגט, כדי אויסמיידן "פּערזענליכקייט­אָנגריף". כ'גלייב ס'איז קלאָר גענוג אויך אָן דעם.
איך האָף, אַז ס'איז איבעריק צו אונטערשטרייכן נאָכאַמאָל, וואָס איז קלאָר אַרויסגעבראַכט געוואָרן אין מיין פריערדיקן בריוו, אַז מיין אָבזיכט איז ניט חלילה צו זוכן פעלערן, אָדער צו פּאָלעמיזירן ווער ס'איז גערעכט אָדער אומגערעכט, נאָר צו דערפילן מיין פליכט צו באַמיען זיך צו פאַרבעסערן וואָס נאָר מעגלעך אין אַ געביט וואָס איז נוגע דעם רבים.
באַ דער געלעגנהייט וויל איך צוגעבן אַ וואָרט וועגן דעם אָפּקלאַנג וואָס דער אַרטיקל פון ה' מנחם פלאַקסער האָט אַרויסגערופן באַ אַ טייל לייענער. איך גלויב, אַז איר וועט מיט מיר מסכים זיין, אַז אין די לעצטע יאָרן איז פאָרגעקומען אַ טיפע ענדערונג אין דער באַציאונג און אין די געפילן פון גאָר פילע מיטגלידער פון די "פאָרווערטס" קרייזן צו אונזער רעליגיע און טראַדיציעס. באַ אַ טייל האָט אפשר קיין ענדערונג ניט געדאַרפט פאָרקומען, ווייל זיי האָבן שטענדיק אַזוי געהאַלטן און געפילט, כאָטש ס'איז ניט געווען אין דער מאָדע דאָס אַרויסצואווייזן. איך האָב קיינמאָל ניט געהאַלטן, אַז ס'מוז זיין אַ קאָנפליקט צווישן אַ אידיש­סאָציאַליסטישע וועלט השקפה און אַ טראַדיציאָנעלן רעליגיעזן דענקען און אַרט לעבן. איך האָב אין רוסלאַנד, אין מיטן ברען פון דער רעוואָלוציע, פּערזענלעך געקענט פילע סאָציאַליסטן, צווישן זיי אויך גאָר ראַדיקאַלע, וועלכע זיינען געווען שומרי תורה ומצוה אין פולן זין פון וואָרט, און האָבן שטאָלצירט דערמיט און דאָס האָט זיי ניט
געשטערט צו פאַרנעמען אפילו פירנדע פּאָזיציעס אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג דאָרטן. זעלבסטפאַרשטענדליך, ביז עס איז געקומען דער "עמעס"(ער) סאָציאַליזם.
(ממכתב י"ג ניסן, תשכ"ג)
..

Babruisker said...

. מען האָט געצויגן מיין אויפמערקזאַמקייט אויף אייער אַרטיקל וואָס איז אויך איבערגעדרוקט געוואָרן אין דער ארץ­ישראל'דיקער פּרעסע, און דעם אָפּקלאַנג וואָס דער אַרטיקל האָט אַרויסגערופן באַ אַ טייל לייענער.
איך בין זיכער, אַז איר נעמט זיך ניט צום האַרצן דעם נייען אופן פון רעליגיעזער פאַרפאָלגונג, אָדער ריכטיקער, אַנטי­רעליגיעזע רעאַקציע. אָבער אַזוי ווי אומדירעקט בין איך אין דעם אויך פאַרמישט, דערמאָן איך עס אין דעם בריוו. דער עיקר אָבער וויל איך ניט באַהאַלטן מיין האָפנונג, אַז דער דערמאָנטער אַרטיקל, ווי אויך האָפנטלעך די צוקינפטיקע, וועלן דערמוטיקן די גאָר פילע מיטגלידער פון די "פאָרווערטס" קרייזן אַרויסצואווייזן, אָפן און אויסדריקלעך, די טיפע ענדערונג וואָס ס'איז פאָרגעקומען באַ זיי אין די לעצטע יאָרן אין צוזאַ­מענהאַנג מיט זייער שטעלונג צו די אידישע מקורות און טראַדיציעס. און באַ אַ טייל פון זיי איז דאָס אפשר גאָר קיין ענדערונג ניט, ווייל זיי האָבן שטענדיק געהאַט אַ פּאָזיטיווע שטעלונג צו די פראַגען.
אגב איז די גאַנצע טענה מיר אומפאַרשטענדלעך, וואָרום נאָך אין מיטן ברען פון דער רעוואָלוציע אין רוסלאַנד האָב איך געקענט פּערזענלעך פיל סאָציאַליסטן, און צווישן זיי אויך גאָר ראַדיקאַלע, וועלכע זיינען געווען טיף­רעליגיעזע מענטשן שומרי תורה ומצוה, שטאָלצירנדיק דערמיט און גלייכצייטיק פאַרנעמענדיק פירנדע פּאָזיציעס אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג אין רוסלאַנד. אויב עס זיינען נאָך דאָ אַזעלכע וועלכע זעען דאָ אַ קאָנפליקט פון גרונט­אידייען, קומט עס פּשוט פון אומוויסן, אד"ג.
(ממכתב י"ג ניסן, תשכ"ג)