Wednesday, May 2, 2012

מה ענין מיהאלאוויטץ תרכ"ו לימינו אלה?

.......א נייע פירצה, כינוס כלל ישראל! נאך א מזל אז עס איז דא אינטערנעט איז דא א וועג וויאזוי עס צו באקעמפן


די קונטרס רעדט זיך לכאורה נאר פארוואס "תלמידי וחסידי סאטמאר" וועלן זיך (אפשר) נישט באטייליגן אינעם "אסיפת
הצלת כלל ישראל", אבער טאמער לייענט מען עס גוט טרעפט מען גוטע סחורה דעראין, ליידער. כאטש אז די אזוי גערופענע עסקנים און גדולי ומאורי ישראל זאגען אייך אז ס'איז פאר כלל ישראל איז עס זייער ווייט דערפון. זיי גייען ווייטער אהן מיט די זעלבע אור-אלטע שייגעץ שטיק ווי תמיד, נאר היות זיי ווייסען אז אהן סאטמארע פלייש וועט עס זיין א פאשלא, ווילען זיי שטארק אז דער סאטמארע רבי פון קרית יואל יע"א זאל אנטייל נעמען און זאל שיקן זיינע מענטשן. כ'פארשטיי זיי זייער גוט, און כ'האב קיינע טענות צו זיי, היות אז ס'איז ווי א ביזנעס פאר זיי, מיט זייער ווייניג כוונה לשם שמים. און ווי באוואוסט איז דער סאטמארע רבי גאנץ א קלוגער איד, און ער האט געפונען די ריכטיגע שפראך און אויסוועג ווי זיך אויסצודרייען פונעם גאנצען עסק. גענוצט חב"ד קעגן די ליטוואקעס. קלוג איז נישט דער ווארט! נאר וואס? לדעתי איז דאס נוצען די אסיפת מיהאלאוויטץ תרכ"ו אלץ א תירוץ א באלאני מעשה, און אלע ווייסען דאס, ס'איז נישט מער ווי א תירוץ. די פראבלעם איז נאר אז ס'דא מענטשן וואס גלייבן עס נאך, זיי מיינען טאקע אז דאס איז דער טעם פארוואס מ'זאל נישט גיין און מער נישט. אויף זיי איז א רחמנות.

My thoughts in English concerning a very important point will be coming later today, IY"H.














די זאפטיגע חלק פונעם קונטרס....



כינוס כלל ישראל

40 comments:

זעיר אנפּין said...

עס איז אמאל גיווען אן אסיפה התעוררות פַארופן דורך סאטמאר אין מאנכע רבנים דרשנים האבּ'ן גיוואלט רעד'ן מער אַוויא דער צייט האט ערלויבּט, מען האט גיפרעגט דעת קדשו וואס צי טוהן? האט ער גיענפערט: בּיי יעדע אסיפה פון חיזוק הדת מיז מען צים אלעמ'ן רעד'ן פון די פּירצה נומערע איינס דאס איז ציונות! אין ס'איז לויזער גיוואר'ן דער בּאגער פון די דרשנים

דַאכט זיך בּיי די ערשטע אגודה קאנווענטשׂ'ן דָאהי אין אמעריקע, האבּן זיי מפציר גיווען אז דער סאטמאר רָב זי"ע זאל זיך בּאטייליג'ן אין וועט קָאנען רעד'ן אַ וויא ער וויל זיין שיטה פאר די קאנווענשׂ'ן, פארשטייך זיך אז ער האט זיך אַנטזאגט! מיט די אמתלאה: אַ וויא קָאן איך זיך בּאטייליג'ן איך וועל זיין דער איינציגער אגדוס'ט צווישׂ'ן אזויפיל ציוניסט'ן. ודפח"ח

Tibi Lotzi said...

Hirshel
It seems that Malkiel Kotler has the sampe reasoning as Satmar, he can also not sit in one room with chabad, According to what he answered to Reb Aron Titelbaum, when he was asked why chabad is not invited thought.
I always thought that Chabad is not coming to the charadie event, now I see that they are not invited.

Anonymous said...

כ'הער אז הרב מכלכיאל קאטלער האט אטאקירט דעם סאטמאר'ער רבי ר' אהרן היכן ער דאווענט ביי חב"ד ווען ער איז אויף אורלוב אין פאלם ספרינגס. קאטלער האט גע'טענה'ט אז ער וואלט געדאווענט ענדערש ביחידות. סאטמאר רבי האט אים גענטפערט אז ער פארשטייט אים, ווייל אזוי האט ער מקבל געווען פון הרב שך און פון זיין פאטער. אבער קאטלער וועט מיזן פארשטיין אז סאטמאר האט איך מסורות און קבלות פון זייערע אונגארישע רבנים בנוגע זיך צושטען צו "כלל ישראל" אסיפות און ער וועט דאס אויך מיזן רעספעקטירן.

איז דאס אמת?

זעיר אנפין said...

ס'איז אבּער אויך אמת ניט יעצט גידאכט בּיי די לוי' פון הגאון ר' אהרן קָאטלער ז"ל, האט זיך דער סאטמאר רָב זי"ע בּאטייליגט כידוע לכל דעם שפּריך ווארט וואס ער האט גיזאגט בּיים הספּד "להגיד שבחו
של אהרן שלא שינה!, ס'איז אבּער גיווען אויפַאלענד בּיי יעדר'ן אין יענע 'הייסע' צייט'ן זיין בּאטיילונגָאנג! ס'איז אבער מערקווירדיק, א' ער האט דורך זיין רעד'ן ארויס גיברענגט אַ פּאזעטיווע זַאך אנטי שטודיר'ן וואס איז גיווען בּלא מיט אַן אלף בּיי בּיידע, בּ' וויא ער האט אמאל גיזאגט 'לשׂום עיניו עליהם'!, יַאך זאג, לשׂום הם עיניו עליו ג"כ!!, ג' זיין הספּד איז גיזאגט גיוואר'ן 'במכיון' אויף די גַאס אין ניט תחת הגג, ד' ס'האט טאקע גיהאט זיין כונה רציוה להתקרב הם אליו ואכמ"ל, ווען מען פרעגט מיך וואלט איך ג'עצהט ער דער היינטיגער סאטמאר רב שליט"א זאל יָא גיין 'בּחשאי' דהיינו נָאר טאקע ער אליין אָהנע חסידים אזויא וויא בּיי ר' אהרן'ס הספּד איז דער ס"ר גיגאנגען 'בּחשאי', מיר חסידים האבּן מיטאמאל געוויסט דערפון, עד לאחר המעשׂה ! וועט דאס זיין אַ חיזוק פאר די בּאטיילגטע, אין נישט קיין אזוי גיזאגטע 'הירוס' פַאר די סאטמארא וואס לכאורה דארפּן זיי זיך דארט ניט בּאטייליג'ן מפּני כמה טעמים

viener Ruv? said...

ווינער רב, אליינס מקושר צו חב"ד, וועלכער איז דערביי געווען ביים באזוך צווישן קאטלער, סאלאמאן סקולען און סאטמאר (אהרן) זאגט אז ער האט נישט געגלייבט וואס זיינע אויערן הערן פון קאטלער'ס מויל.

Tibi Lotzi said...

I think that Kotlers father Reb Shneur, once gave a shiur in Ohr Elchonon chabad in LA,
Can someone verify it?

Hirshel Tzig - הירשל ציג said...

און וואס האט ער געזאגט דערצו? האט ער פארלוירען דאס צינג?

זעיר אנפּין said...

עס איז דָא אַן איסור מקדמונים אריין ציגיין אין אַ טעמפּעל דהיינו וויא די בּימה איז נישט באמצע, די מחיצה איז נישט אויסגיהלט'ן, אבּער זיי האבּען אַ קַאפּעלע בּיים דאווענ'ן וכדומה, איך וואלט גיזאגט אַ ציוניסטשׁ'ן פאן בכלל! אבּער אין אַ סתם ביהמ"ד? איבּער הויפּט מיט זיין מנין נישט אריין גיין, פארוואס נישט אתמהה! ס'איז אַ מעשׂה רב דער סאטמאר רב זצ"ל איז אַמאָל שוואך גיוואר'ן נאך די הייליגע טעג אין איז ארויס גיפארן קיין מחנה רב טוב זיך צי ערהויל'ן נאר מיט אחוזת מריעיו אָהנַא מנין! ס'האט מיר פארציילט אַ באטייליגטער אַז דעם ערשט'ן אין דערפרי האט דער סאטמאר רב גיוואלט גיין אין די עלענווילער שוהל! צי קריאת התורה! ער דער באטייליגטער האט מיר גיזאגט כּ'האבּ איהם דעם רבּי'ן גיזאגט די שוהל האט דאך אַ דגל הציוני דער רבי וועט פארקאָכט ווער'ן ס'וועט ווער'ן אַ ויצעקו! דער רבי איז טאקע נישט גיגַאנג'ן אבער ער האט זיי גיהייס'ן יָא גיין, לבּסוף האבּ'ן זיי גימאכט אַ מנין אין אן אנדער'ן צימער

Tibi Lotzi said...

Zeir Anpin
this stories dont bring prestige for the Sakmar ruv.... stop embarrassing him

זעיר אנפין said...

דער סאטמאר רב זצ"ל פלעגט שיקען חשובע רבּנים צום ליבּאוויטשער זיי זאל'ן זיך בּאטייליג'ן אין די אסיפות, ולא קיבּל! ס'האט מיר פארציילט אַן אלטער פּלאנטשער חסיד, ווען דער רבי אלטץ יונגער מאן איז גיווען בּיי זיין שווער אין פּלאנטש איז פָארגעקומען אַן אסיפה דער רבי האט גיפרעגט דעם שווער דעם פלאנטשער רב, היתכן ער גייט נישט צי די אסיפה האט ער גיענפערט מיר האבּן אַ דרך זיך נישט צי בַאטייליג'ן ביי קיין אסיפות, האט דער רבי איהם גיזאגט "וויא קָאן מען האבּ'ן אַ דרך וואס איז אקעגן דרך השם" דער פלאנטשער רב האט גיזאגט דארט'ן פאר זיינע פארווינדעטע חסידים! מיין עדים איז אַ בּיסל אַ שארפער ע"כּ. דער רבּי פלעגט צי פארצייל'ן נאך אלטץ קינד פלעגט איהם דער טאטע ז"ל טראג'ן צי אסיפות רבּנים

חוצפּה יסגי said...

Hirshel Tzig - הירשל ציג said...
און וואס האט ער געזאגט דערצו? האט ער פארלוירען דאס צינג?


.מחוצפ'ל איינער

tomoshaver said...

Zeie anpin
"דער סאטמאר רב זצ"ל פלעגט שיקען חשובע רבּנים צום ליבּאוויטשער זיי זאל'ן זיך בּאטייליג'ן אין די אסיפות, ולא קיבּל!"
the same as Sakmar has their political reasons not to attend, call it Mihalavitz or Shmilovitz it does not matter but its still political,
The Lubavicher Rebbe is also entitled to his own reasons not to attend...

Tibi Lotzi said...

Zeir Anpin
Did the Sakmar Ruv attend the asifa in Chop????

Hirshel Tzig - הירשל ציג said...

איך בין א מחוצף? פארוואס?

koitz vedarder said...

chabad is the brain of chagas as chabad is the shoiresh of all chasidishe movements, now if chabad is not goires peylishe chasidim , the peylishe chasidim themselves have it in them be'tzad mah not to be goires litu'im and all other newcomers to the chasidic dynasties, which basicly since digital photography arrived on the middle pages of the hamodia the lituim jumped on the wagon of vehoiyi eineychu roi'ois moireychu the old time big hoifen are backing out of this game and the newcomers can all sit together and enjoy themselves as we can reckon a klal yisroel pushka in front of each godol and a picture perfect moment of the godol inserting a five dollar bill to be posted over all construction sites in brooklyn welcome to the 21st century

Anonymous said...

Balogna they are scared of a satmar kid sees a Liebish yorei shomaim or a מודערנא he will abandon ship and join a very holy form of judaisim

y said...

A litvish yorai shomaim

viener dayan said...

koitz vedarder said...
tomoshaver said...
Tibi Lotzi said...
שמות הנרדפים et al

!בן כסיל תוגת עמו certainly not my problem, HAVE A NICE DAY!

בן ופסי said...

Hirshel Tzig - הירשל ציג said...
איך בין א מחוצף? פארוואס?

you are moica when people talk on rabunim! yet you use deragotary words like האט ער פארלוירען דאס צינג on a cushiva rav

Hirshel Tzig - הירשל ציג said...

all I asked was why he sat quietly. He was mekabel alot of Torah from the Lubavitcher Rebbe, and he has a chiyuv macho'oh!

שליוואויטץ said...

tomoshaver :"political reasons not to attend, call it Mihalavitz or Shmilovitz "

I would say you need another round of !שליוואויטץ

Tibi Lotzi said...

Zeir anpin
"ווען דער רבי אלטץ יונגער מאן איז גיווען בּיי זיין שווער אין פּלאנטש איז פָארגעקומען אַן אסיפה דער רבי האט גיפרעגט דעם שווער דעם פלאנטשער רב, היתכן ער גייט נישט צי די אסיפה האט ער גיענפערט מיר האבּן אַ דרך זיך נישט צי בַאטייליג'ן ביי קיין אסיפות, האט דער רבי איהם גיזאגט "וויא קָאן מען האבּ'ן אַ דרך וואס איז אקעגן דרך השם"
Why did he not divorce his daughter and spit in his face and leave... isint" it the biggest sin???
Not to be everyday by a other protest, is the Chiet hakadmon...

בן ופסי said...

הירשל ציג: "He was mekabel alot of Torah from the Lubavitcher Rebbe,"

Say What???

btw,It's not what you said it's how you said it.

tomoshaver said...

Shlivovitz
"
I would say you need another round of !שליוואויטץ"

I despise it, its like gasoline...

Hirshel Tzig - הירשל ציג said...

בן ופסי

go ask around and then come and speak to me. He and his brother spent countless hours by the Lubavitcher Rebbe's farbrengens!

Shlivovitz said...

"I despise it, its like gasoline"

!שיכורה ולא מיין, שרף

נעבּעך said...

Hirshel Tzig:
"He and his brother spent countless hours by the Lubavitcher Rebbe's farbrengens!"

.נעבּעך

תנו רבנן: ארבעה נכנסו בפרדס. ואלו הם: בן עזאי, ובן זומא, אחר, ורבי עקיבא. בן עזאי הציץ ומת.. בן זומא הציץ ונפגע.. אחר קיצץ בנטיעות, רבי עקיבא יצא בשלום

Tibi Lotzi said...

Nebech
".נעבּעך

תנו רבנן: ארבעה נכנסו בפרדס. ואלו הם: בן עזאי, ובן זומא, אחר, ורבי עקיבא. בן עזאי הציץ ומת.. בן זומא הציץ ונפגע.. אחר קיצץ בנטיעות, רבי עקיבא יצא בשלום"
I am reminding you for the 10th time, it all can be said on the Vodislover ruv and the Faltichaner too..
They are 2 big nebechs too...
Dont cry soon that some people on the site is blaspheming the holy sakmarer....

חוצפּה יסגי said...

:Hirshel Tzig: "He and his brother spent countless hours by the Lubavitcher Rebbe's farbrengens!"
------------
תנו רבנן: ארבעה נכנסו בפרדס. ואלו הם: בן עזאי, ובן זומא, אחר, ורבי עקיבא. בן עזאי הציץ ומת.. בן זומא הציץ ונפגע.. אחר קיצץ בנטיעות, רבי עקיבא יצא בשלום
------------

ר' אהרן נכנס, ולא יצא? או אימא, על שלושה פשעי ישראל ועל ארבעה לא אשיבנו, לך

נעבּעך said...

אם! אמת הדבר, אי־דלמא־אלא־דהא ,אם? בארזים נפלה שלהבת – מה יגידו אזובי הקיר, איז דאך ר' קָאטלער לכאורה גירעכט

barker said...

"I am reminding you for the 10th time"

Stop barking No One! is litening.

ouch said...

"the site is blaspheming the holy sakmarer....'

The holy one! or the Hole!y one?

oy vei said...

"Dont cry soon that some people on the site is blaspheming "

RMF & RAK, HENKEN, TEITZ, SLOVICHIK !?

Anonymous said...

I am glad Tzig gott the ball rolling on why Chabad is being boycotted by the Citifield event No Rabbanim or layleaders were invited, and all calls and communication being initiated by Chabad are completely rebuffed. And this is being billed as Achdus? Even in pre-war times everyone came together in times of a Gezera, like the Rashab with the Brisker.

lozmirup said...

Tibi Lotzi said...
I think that Kotlers father Reb Shneur, once gave a shiur in Ohr Elchonon chabad in LA,
Can someone verify it?"

In 5738 (1978 l'minyonom), RSK was in LA to raise money for lakewood. R' Schochet (aka the rosh) who learned in BMG & was a distant relative, invited him to give a shiur in the yeshiva, which he did. afterwards, RSK caught flak from some sonei lubavitch, but he brushed it off.

the shiur is printed in the first volume of kovetz migdal ohr.

x said...

Why is the booklet printed backwards can't read it

Hirshel Tzig - הירשל ציג said...

x

your screen must be backwards, it's very straight on my screen

tomashover said...

anon
"No Rabbanim or layleaders were invited, and all calls and communication being initiated by Chabad are completely rebuffed"
a new bloodlibel on chabad,
kotler told for Satmar rebbe that they can not come.... they still have to go...
btw, this whole thing is a farce... noting will change the other morning.

אַ טאמאשאווער said...

tomashover :"btw, this whole thing is a farce... noting will change the other morning."

i never knew tomashov had apikorsim i thought only berlin and the the lita.

הנביא בּמלאכי: שוא עבוד אלהים ומה בצע כי שמרנו משמרתו, וכי הלכנו קדורנית, מפני ה' צ'?! ועתה אנחנו מאשרים זדים, גם נבנו עושי רשעה , גם בחנו אלהים ויימלטו

Anonymous said...

Not the part in yiddisj