טייערע ברידער
וויבאלד היינט איז י"ט כסלו האב איך געוואלט מיט אייך פארברענגען אביסל. מיר איז נמאס זיך צו קריגן מיט עטליכע פון אייך וואס האבען ניט זוכה געווען טועם צו זיין פון תורת החסידות, און דערפאר רעדן זיי אזוי. דאס אז נאך אזוי פיל יארען איז נאך דא אזוי פיל אידן, וביניהם המוני בני תורה, וואס האבען אין זייער לעבן קיינמאל ניט געלערענט א "ווארט" חסידות איז אונזער שולד. ווען מיר וואלטען זיך בעסער אויפגעפירט און געוויזען ווי חסידות פועל'ט אף אונז וואלט פאר קיינעם ניט געווען קיין תירוץ אף ניט צו לערנען. דאס נעמט אבער נאך נישט אוועק פון די וואס לערנען ניט די אחריות וועלכע ליגט אף זיי צו לערנען, ווייל תורה איז אמת, און חסידות איז א חלק פון די תורה שניתנה מסיני, און ללמוד אתם צריכים פונקט ווי די אנדערע חלקי התורה. אויך איז פאראן אסאך מאל וואס מענטשען הערן א ווארט, צי פון א באקאנטער, צי פון א שליח ערגעץ וואו, און וויבאלד ער איז דאס ניט גוט מסביר ווערט עס ביי זיי ללעג ולקלס און זיי לאכען פון דעם גאנצען ענין. איך זעה אז איך האב דא אין דעם בלאג א געלעגענהייט נישט נאר צו פארטיידיקען חסידות, אירע נשיאים, און אירע וועגן, נאר אויך צו "מחנך" זיין מענטשען בדרכי החסידות און צו ווייזען א גוטן ביישפיל, און דאס קען מען ניט (נאר) מיט האקען אף מתנגדים טאג און נאכט, ובפרט אז מיט זיי וויל איך דאך ארבעטן.
לכבוד י"ט כסלו האב איך געטראכט אז ס'וואלט געווען אן ענין אנצוהייבען מיט די בריוו פונעם רבי'ן (רש"ב) נ"ע ווי ער רופט דעם טאג פון י"ט כסלו מיט'ן נאמען "חג החגים" און "ראש השנה לדא"ח." דא"ח איז דברי אלקים חיים, א כינוי אויף מאמרי חסידות וואס מ'האט געהערט פון רבי'ן, און דאס איז א ווארט וועלכע ווערט גענוצט אין מערערע חסידישע קרייזען. ראש השנה מיינט אז ס'איז א יום סגולה אף מקבל זיין החלטות טובות בנוגע לערנען חסידות און זיך פירען אף א חסידישען אופן, און מ'גיט אף דעם כח בזכות דעם אלטען רבי'ן. אויך זאגט מען אז מ'קען אין דעם טאג אנהייבען פונדאסניי, און ס'איז א נייע יאר. דאס אז די אלטע שונאים אונזערע שטייען און מאכען א געוואלד פון דעם איז קיין חידוש נישט, ווייל דאס איז זייער ציל אין לעבן און לכך האט מען זיי באשאפען. זיי פאראינטערעסירען זיך ניט צו הערן אין דערויף א הסבר, נאר זיי זענען גלייך מחליט אז ס'איז ניט מער ניט ווייניגער ווי "אפיקורסוס." ווי קען מען זאגען אז די מענטשען זענען די נושאי אבק התורה? וועלכע בן תורה וואלט אנגענומען א לשון הרע אויף סתם איינער, ווער רעדט נאך פוןן א מנהיג פון טויזענטער אידן? נאר וואס? מוז מען זאגען אז אין דעם ליגט אסאך א טיפערער ענין, און איך מיין דאס לגריעותא. שוין מ'איז אוועק פון דעם ענין נאכאמאל, אנטשולדיגט מיר
אידן, ס'איז מיר שווער צו רעדן - בעסער געזאגט שרייבען - נאך אזא טאג פון זידלען און באשמוצען וואס איז פאר מיר אדורך. די אטאקעס פון אן איניש דלא מעלי וועלכע איז נישט מזרע ישראל האט אויף מיר געפועל'ט אף אזוי ביז איך האב אים גע"בענטשט" מיט א מיתה משונה. די פון אייך וועלכע קענען מיר עטוואס ווייסען אז דאס איז ניט מיין נאטור, נאך אז ס'איז געווען א מעשה שטן שהצליח, און דוקא אין דער יום סגולה. איך האב געהאפט צו ענדיגען דעם ווארט וועגן ר"ה לדא"ח אבער ס'גייט פשוט נישט. דער אמת איז אז איך וואלט געדארפט פשוט מעקן זיינע תגובות און זיך נישט מתייחס זיין צו זיי, נאר וואס? כ'האב זעך איינגערעדט אז מ'מוז אדורכלאזען ווייל אז נישט וועט מען זאגען אז איך בין א צענזאר. מילא אז מ'רעדט צו דער זאך וואלט מען געקענט זאגען אז מ'טאר ניט מעקן, אבער פערזענליכע טשעפעריי , שקרים, און קללות דאס נישט. וויבאלד ס'איז י"ט כסלו, און מ'דארף אף זיך אננעמען החלטות טובות, וואלט איך געוואלט מקבל זיין אז איך וועל אי"ה בל"נ מער נישט שרייבען בחוסר כבוד אף סיי וועלכע אידן, חסידים צי ניט חסידים, ליובאוויטשער צי ניט. נאר איין זאך וועל איך זיך ערלויבען, פארטיידיקען חסידות, ליובאוויטש און די רביים, אבער אויך נאר בהדרת כבוד. איך האף אז איר אלע וועלען אויך אזוי טאן, און ס'וועט זיין ממני יראו וכן יעשו
לשנה טובה בלימוד החסידות ובדרכי החסידות תכתבו ותחתמו
23 comments:
Nice to see another mameh loshon post.
And I suppose you are fortunate to have so many Satmar (and satellites) readers here - vos farshteyen un kenen leinen Yiddish.
Sadly in Lubavitch reading/writing and even speaking Yiddish is becoming a lost art.
עס האט מיך שטארק געפרייט פארצולעייענען דאס וואס איר האט איצטער אנגעשריבן. א גרויסן ישר כח. דער אייבערשטער זאל געבן אז פון יעצט אן מען זאל נוצן אייער זייטל נאר אויף צו דיסקוסירן תורה ולומדי' מיטן געהעריקן כבוד. דאס וואס איר זאגט אז איר האט ניט געוואלט זיין א צענזורשטשיק- מיר ווייסן אז מיטן גרעסטן אפענעם מוח און טאלעראנץ ניט אלץ מעג מען דערלויבן און דערמעגלעכן. דברי שטן און נבלה באלאנגען ניט ביים אידישן פאלק.
א גוטן שבת אלעמען
Hirshel Tzig said...
"People like this anonymous guy here .... May he die a horrible death, speedily in our days". And now,
לשנה טובה בלימוד החסידות ובדרכי החסידות תכתבו ותחתמו
I assume you did teshuva k'heref ayin teikaf u'miyad mammash!
I see, after reading your 'langeh derosho' that you have realized what I warned you about a couple of times, namely, that your 'tsil' to 'defend' Chabad is boomeranging on you.You don't 'defend' by bashnutzing others.
I'm no fan of Lubavitch, even so I acknowledge that they have done many good things.However, whenever I see, hear or read how they talk about other 'kreizen' especially people they have named 'snags' I become enraged.Is this what they heard or saw or were inspired to do by the Rebbe?At times like that all the 'credit' they have 'vert ausgemekt' and the saying in the Gemoro about Umois Ho'oilom who want to take credit for building bridges etc 'kol mah she'osu beshvilom osu' comes to mind.
This blog has been such an example:You have 'chepped' with so many choshuveh yidden for nothing, the list is long, this to me wipes out any credit Lubavitch and the Rebbe have.Don't do it.Not to Lubavitch and not to the Rebbe.
A post worth reading . . .
It was beautiful to see all the bochurim and yungeliet that came from all over to experience chag hachagim here in Crown Heights -chassidish, 'litvish', olam'ish etc.
A gutt Yom Tov Yidden.
און וואס איז מיט די יאהרצייט פון דער רבי ר' בער?
איך ווייס נישט פון א "רבי ר' בער," דו מיינסט זיכער די הייליגע מגיד פון מעזריטש נ"ע
דאס פייערט מען אויך, צוזאמען מיט די חג הגאולה
Mottel, you are so in denial.
they go there for basically 2 reasons.
1)to see the churban for themselves
2)for a lack of any other forms of entertainment.
oh, silly me, I thought they all sit and learn till 2am and have no time to see other people's "Churbonos" and don't need to be entertained. I guess i'm outta touch...
אַ שאָד אַז דו װײסט נישט פֿון רבי ר' בער. װען יאָ, העטטעסט אַ גרעססערע אמתלא צו רעדן פֿון "חסידות".
צװישן די החלטות, װען װעסטו מחליט זײַן דעם "מדבר שקר תרחק" כאָטש אַביסל מקײַם זײַן? אפשר ס'איז דאָ פֿאַרײַן אַ "מיבצע אמת" ?
איך מײן דאָס ערנסטער הײט. קענסט מיר מסביר זײַן, פֿאַרװאָס לײגט מען דעם אמת טיפֿפֿער און טיפֿפֿער אין דער ערדע אַרײַן, און עס האט בײ קײנעם - לאו דוקא פֿון ענק, אָבער פֿון ענק אױכעט און גאָר אַזױ - קײַן שום װערט ? װאוּ אַזױ קען מען מיט'ן זעלבען מױל אַרױסשפּײען גראָבע שקרים און נאָך דעם אָן קײַן בושה רעדן פֿון דאַ"ח ?
גראבע שקרים? נישט ביי מיר
ווייל דיר געפעלט מיינט נאך נישט אז ס'איז שקר
מיר קוקט אז דו מיינסט אז די אמת ליגט ביי דיר, זאג פאר אונזער עולם דא וואס מיר דארפען טאן בכדי צו דערגרייכען דיינע הויכע מדרגות
You are interducing me to Chasides by telling me about chag hachagim ,let bygones be bygones who cares what happened 200 years ago did celebrating yat kislev prevent one chabadnik to Maser another chabadnik ? you chose to ignore the ahranow issue that is happening now and be mesapr B'Gnuson shel Yisroel from 200 years ago, in the same instant when you claim its counter productive,I have a problem ,i learned in the sefer chofets chaim where it says that it an Isur Deoireise to even listen to loshen horaa , speicial on a Tzibur Gedolei olam Asher Mepihem oni chaim and here as a starter you are not telling about avodes hatfila , keves itim latora or zehiras beMeitsvas or shmiras einim ,is negetivesm from 200 years ago the cornerstone of your religon
that you cant hide it the same way you hide all the machlokes that are goning on today within your group ,
did you ever hear someone celebrating the Machlokes between reb yonesen eibsitz and reb yacov emdon the Rishoner ANd Tanz or any other mahlokes by klal yisroel,as long as more yiden will learn chofetz chaim all the stories you tell on yat kislev are falling on deaf ears ,by the way i found evry thing from the sfer Tanya thats Nogaya L"meise in the seforin of the chofets chaim in a more orgenized and readable style so why should"t i try to cnvince you to promote on your blog the seforin of the chofets chaim i see that that you are ready for changes of approach how about a change to the sefer chofets chaim?
מדריגות בעטסט דו ? דאָ איז אַ רעצעפּט : קודם, הער אױף שעלטין ייִדן מיט מיתה משונה. נאָך דעם הער אױף ליגענט זאָגן - צו יענעם, צו זיך און צום רבש"ע. און אַז דו װעטסט דעם ברית הלשון הוטען און בעליונים נישט פּוגם זײַן , איז מיר דיך ערוב אַז װעסט נישט פּוגם זײַן בתחתונים אַזוי פֿיל גם כן. און אַז דו װעטסט אַביסיל זיך אָבװאַשין, װעטסטו אפשר שמעקין דעם גערױך פֿון אַ שפּיץ נאָגיל פֿון אונזערע מדריגות.
אַ לעבעדיגער הונט דעם טויטן לײב עסט.
Anonymous 10:24
Ever hear of a comma? a period? a question mark?
as far as having everything in Tanya that's Nogea leMaaseh in CC and in a better organized manner: What can I say? I'm trying to be nice here, so I'll say this: You either never learned Tanya or don't know what's Nogea LeMaaseh
U N
אז איך געדענק גוט האסטו געהאט "טענות" נאך פאר די מיתה משונה שעלט. דיר באדערט אז איך גלייב אנדערש ווי דיר, און דאס וועט זיך אין דעם לעבן נישט בייטען
שעיר עיזים, דו מײנסט אַז יעדער פֿאָס גלײבט אַנדערש באַדערט מיר ? ב"ה, קײנער גלײבט נישט װי מיר - מילא װאָס ? נישט דאָס מײנט מען.
נעכנטען דו האָסט אױסגעזאָגט בפירוש, אָבער דער גײסט פֿון שנאה צום צװייטן איז נישט קײן נײע זאַך. מען הײבט נישט אָהן מיט אַזאַלכע רײד פֿון ניגענד-װאוּ, נאָר עס איז דאָ אַ מוסטער.
מוסטער פוסטער
דאס קומט פון הערן א בהמה ווי ער בארעדן מיין רבי'ן מאל נאך מאל, נישט פון יוגענד, און אויב פון יוגענד איז עס פון די גאר יונגע יארען, פאר חב"ד
your are not being nice to me by telling me that i never learned Tanya I learn tanya once a week since my bar mitzvah ,in todays world the seforim of the chofets chaim are more mesuder and apealing, I chalange you to learn the soforim Shem Olam Ahavas Toira Chovas Hashmira you will see that he is MeOirer on the same things that the Tanya talks about ,sadly whats Noiga Lamasa he paskens that the story of chag hachagim is a Iser Deoireise to talk about
כּך דרכה של אינטערנעט. רעדין איז ביליג, און קען זײַן אַז עהם ברענט פּונקט װוּ דיר.
שילח ידיו בשלמיו חילל בריתו. אַזױ װאַו דו מײנסט אַז כבוד רבך איז נתרבה װען דו שעלטסט רב ש"ך, אַזױ יענער מײנט אַז עהר נעמט זיך אָן פֿאַרן חזון איש װען עהר מישט אױס דײַן רעבין מיט שמוץ. אלו ואלו ? קען זײַן. צו מען מעג אַזױ רעדנ אױב מען מײַנט דאָס נעביך ערנעסט ? אױכעט קען זײַן. איז דאָס אַ היתר אוף קללה נמרצת ? זיכער נישט.
Sad but true:
there were people there for the fun of it -I didn't say otherwise, but for well over a minyan of people to stay by Reb Yoel's farbrengen until five in the morning is not coming to 'see the churban.' Perhaps if you came yourself instead of being mishtatif in an internet pogrom you would know for yourself.
Anon 10:24
Hayomim heilu n'zkarim v'na'asim . . . The gezerah m'lama'aleh that brought the misnagdim of yore to do what they did was abolished. It's as nogei today as anyother chag for yidden. Why celebrate chanukah, it brings out 'gnuson shel Yisroel' for all of the Hellenists . . .
A Gutt Shabbos and a Gutt Yom Tov Yidden!
Jargon wrote: "Sadly in Lubavitch reading/writing and even speaking Yiddish is becoming a lost art."
Well the that art was not lost on this Lub BT, who learned Yiddish in Lub Yeshivas.
Mottel,can you describe the comparables of the Talmidei H"aGra and the Hellenist
As I have said many times, it is evident that to certain people here words have no meaning unless they lose money from it.
Post a Comment