Monday, August 11, 2014

"בנימין חייטאווסקי זינגט דאס ליד "א נאמען

 

גיט מיר אָפּ אַ מזל־טוב
איך זאָג אייך אָן אין פריידן
כ'בין ערשט געווען אַ יונגער מאַן
!היינט זעט איר מיך אַ זיידן
מסתמא וועט איר פרעגן באַלד
?צי כ'האָב מיט דעם דערפרייט זיך
אוי! אויף דעם קען איך אייך ענטפערן
!דאָס רעדעלע -- עס דרייט זיך

 די עלטערע זיך עלטערן
 און נאָך דער יוגנט בענקען
 די קינדער ווערן עלטערן
 און אייניקלעך אונדז שענקען
 איר זאָלט נאָר, כ'בעט אייך
 אָנקוקן דעם בחורעץ, דעם חתן
 דאָס איז אַ יאַט פון יאַטנלאַנד
 אין זײדן אויסגעגאָסן

 נאָר אָט איז געקומען
 געבן אים אַ נאָמען
 אייך דערצייל איך
 --אָט דעמלט איז געוואָרן אונדז אַביסעלע ניט פריילעך
 אַזוי פיל אומגעקומענע
--עס נעמט ביים האַרצן קלעמען
 ?נאָך וועמען זאָל דער נאָמען זיין
 ?אים אָנרופן נאָך וועמען

 ניטאָ אַזאַ שיין יינגעלע
 וואָס שיינט ווי זיבן זונען
 מיין איידעם, זאָל געזונט מיר זיין
 אַן אויסוועג האָט געפונען
 גענוג זאָגט ער, דאָס טרויערן
 דאָס מזל שיינען זאָל אים
 מיר וועלן אונדזער יינגעלע
 !אַ נאָמען געבן: שלום

  H/T Dov-Ber Kerler

1 comment:

Anonymous said...

Was he related to Kalman Chaitovski from Sprinfiel Mass