ט"ז אדר תרצ"ב"
"געטרונקען "לחיים" מיט זייער רבי'ן. דער רבי האט פון דער גאנצער געשיכטע געהאט גרויס פערגעניגען.
:אמר הציג
לפי די כלל הידוע אז "אלץ וואס עס שטייט אין צייטונגען איז שקר וכזב" קען מען דא זאגען אז אויך דא איז דאס אמת, היות אז עס הייסט עס אז ר' אהרעלע האט אפיציעל נישט געפירט קיין רביסטעווע, עכ"פ נישט לויט די סטאלינער חסידים פון היינט. אויב אזוי צו וואס האט דער חסיד אים געקלונגען? גיי פארשטיי. אבער איין זאך קען מען לערנען, אז די אהבה וואס חסידים האבען אמאל געהאט צו זייערע רביס, און אפשר איז דאס פאראן ביז א געוויסע מאס נאך היינט אויך - דאס איז שווער אפצושאצען. א איד זיצט ביי זיך אין שטוב און פראוועט די סעודת פורים און טראכט נישט פון זיך! ער טראכט פון רבי'ן. ער בענקט זיך צום רבי'ן. ער וויל זאגען לחיים צום רבי'ן. געלט שפילט נישט קיין ראלע. ער כאפט די היטל, טוט אהן דעם מאנטל, און לויפט צום פאסט אפיס און בעט טעלעפאנירען קיין ווארשא. וואזשע דען? אוודאי האט דער רבי געהאט גרויס פערגעניגען!
1 comment:
Hirshel
what is the stoliner version on this Rebbe?
Post a Comment