Showing posts with label טירנויער. Show all posts
Showing posts with label טירנויער. Show all posts

Thursday, February 9, 2012

How Rav Yitzchok Yaakov Weisz ז"ל respected all תלמידי חכמים

Received via e-mail:

"You posted about Rav Elyashiv and the Edah. I thought you might be interested in this tidbit of history. Attached is a tshuva of Rav Weisz of the Edah Hacharedis to one of the most rabid of kanoyim in the Satmar (Zali) orbit: R. Moshe Menachem Tirnauer (whom I know personally - I even once heard him give a fiery anti R. Elyashiv drasha in the Satmar Shul in Montreal) Here Rav Weisz dismisses R. Tirnauer and rebukes him for the way he writes about the Machaze Eliyahu. (Rav Falk from Gateshead) In the end Rav Weisz quotes Rav Elyashiv to Tirnauer. Which makes those who know Tirnauer (who BTW recently held a drasha against the Sholem with Belz) chuckle somewhat.

I added directional pointers to the names mentioned."
















Monday, January 9, 2012

הרב יוסף הלוי טירנויער - ראדאוויץ, בוקאווינע



ראדאוויץ אין בוקאווינא איז געווען א שטאט פון איבער 8,000 אידן פאר די מלחמה. מסתמא רוב חסידים פון די רביס פון וויזשניץ און רוז'ין/סאדיגער. אין די 70'ע יארען איז אהין געפארען א אינגערמאן, וועלכע'ס זיידע איז געווען פון ראדאוויץ, און האט פאטאגראפירט און געכאפט ווידעא פון זיין וויזיט דארט

איינער פון די גאר אינטערעסאנטע זאכען וואס מ'קען דארט זעהן, איז אז אין ראדאוויץ איז אין יאר 1974 נאך געווען א רב, מיט'ן נאמען הרב יוסף הלוי טירנויער, אלט 63 יאר דעמאלט, וועלכע האט אויך געדינט אלץ שוחט און מוהל אין שטאט. מ'זעהט ווי די אידענעס פלעגן קומען מיט די הינער צום רב/שוחט און ער פלעגט עס שחט'ן פאר 3 ליי, אזש ווי אין די אלטער היים פאר די מלחמה. ער איז דוקא גאנץ היימיש מיט די אידענעס... כ'ווייס אז הרב טירנויער פון די שומרי שבת שול אין בארא פארק איז אויך געווען א לוי, אפשר זענען זיי קרובים גאר. צו אפשר נאך ברידער. זיין פאטער איז געווען הרב זאב הלוי טירנויער, וועלכע איז אוועק אין תש"כ אין צפת. זעהט דא. וויפיל נאך אזעלכע שטעט איז געווען אין רומעניע נאך אין '74? שווער צו זאגען. און אויך שווער צו  פארשטיין וויזוי מ'האט געלעבט אזוי צווישען די גוים און אונטער דעם קאמיוניזם. אויך איז מיר דאס ערשטע מאל אויסגעקומען צו זעהן ווי מ'גרייט צו א בר מינן פאר די אייביגע  רוה אדאנק דער בחור און זיין קאמערא. אטא דא אונטען קענט איר דאס זעהן. ס'כאפט א שרעק - בפרט יעצט אין די שובבים טעג, וואס פון א מענטש ווערט נאך דעם וואס דער מלאך המות האט אים באזוכט