זעהט אויס, מורי ורבותי, אז אין דער אלטער היים איז געווען גענוג נסיונות אהן די אלע טעכנאלאגיע, און איך גלייב נישט אז די רבני אונגארן ומארמוראש האבען גערופען אסיפות אין די בוקארעשטער פוסבאל סטאדיום... דער מחבר פון דיעזען ספר האט אלעס ארויס געשריבען ברחל בתך הקטנה, אזוי אז מ'זאל וויסן "גענוי" וואס ער מיינט ווען ער שרייבט. איין מאל גיין עסן אין אן ארימע, צובראכענע שטוב און קריגן א פאלקע פון אן אויסגעדארטע הינדל איז גענוג אז די קאפ זאל זיין מלא מחשבות רעות און נאך ארגער. מ'עסט צוזאמען מיט די אידענע און די טעכטער און פון דעם קומט מען אהן "ווער ווייסט וואו". מ'קומט פרי און מ'גייט אהיים שפעט אבי אריינכאפען א פאר מינוט פון הסתכלות און דיבור... פאר פרנסה פארט מען ווערן א מלמד ערגעץ אויפ'ן דארף און מ'פאלט אדורך מיט די ארגסטע עבירות, ה"י. אלץ ווייל מ'שעהמט זיך פון א בו"ד אז יענער זאל נישט מיינען אז מ'איז א חסיד שוטה, און פאר די פאר פיאסטער וואס מ'פאדינט. מיר האבען געמיינט אז די זיידעס אונזערע האבען געהאט א גרינגע לעבן, קאן זיין אז לאו דוקא. ווער ווייסט וואס נאך זיי האבען אונז נישט פארציילט וועגן דעם אלטען היים...


דער שער בלאט