Showing posts with label קהל עדת יראים. Show all posts
Showing posts with label קהל עדת יראים. Show all posts

Wednesday, June 1, 2011

"א נייער "טיילונג


דער רבי שליט"א ביים צינדן חנוכה ליכט

זעהט אויס אז אין וויען גייט מען זיך טיילן. די עלטערע מיטגלידער - וועלכע דער נייער רב איז קיינמאל נישט געפעלן, האבען נישט געלאזט אז דער רב זאל ממנה זיין דער זון זיינער אלץ דיין אינעם קהלה, און דאס האט געבראכן דעם קעמל'ס רוקען, אזוי צו זאגן. דער רב האלט עס מער נישט אויס, ער האט צו שלש סעודות זיך אויסגעגאסן דאס הארץ און געבעטן ברחמים מ'זאל אים העלפן אין די מערכה ארויסווארפן די אלטע און אים געבן א "קארט בלאנש" אויף צו טוהן וואס ער וויל. למעשה קען מען זאגען אז דער שידוך האט נישט עולה יפה געווען שוין פון אהנהייבס. הרב אשר אנשיל כ"ץ, כאטש ער געשטאמט פון אשכנז'ישע אידן און רבנים, האט נישט געהאט קיין שום אינטערעס אין ממשיך זיין מסורת קהל עדת יראים אזוי ווי עס האט זיך געפירט ביז דעמאלט. זעהט אויס אז די ווינער אידן האבען דאס נישט געוואוסט. היינט ווייסן זיי שוין. און היינט ווייסן זיי שוין אויך אז צוריק גייט א קאזע, און אז די זייגער קען מען נישט צוריק רוקען. מ'האט דעם נוסח התפלה שוין געטוישט אין וויליאמסבורג, (און אפשר גאר אין אלע קהלות) און ר' אנשיל כ"ץ איז שוין היינט א פולקאמער "רבי" לכל דבר. טוט רבי'שע שידוכים און פירט טיש. די "אלטע ווינער" האבען שוין אויסגעוויינט אלע טרערן אויף די חורבן פון זייער באליבטן קהלה, אבער זעהט אויס אז איין "מערכה" האבען זיי נאך אין זיך. דאס אז מ'האט געטוישט דעם נוסח התפלה און פארמאכט עטליכע פון די מוסדות אין די ערי השדה פון וומסב"ג האט מען נאך געקענט אויסהאלטן, אבער דאס אז ער וויל זיך משתלט זיין אויף די אלע נכסים פון די קהלה און אריינשטעלן די קינדער אין פירערשאפט פאזיציעס, אויף דעם זענען זיי שוין נישט מסכים. די היינטיגע מעמבערשיפ לאזט שוין נישט אז מ'זאל אינגאנצן צוריק רוקן די זייגער, אבער זעהט אויס אז עס גייט נאך אלץ נישט גוט פאר'ן רב שליט"א, ער מוז זיך נאך אלץ בעטן ברחמים אז מ'זאל אים לאזן און "העלפן" טוהן וואס אים געפעלט, ווייל רצונו איז לעשות רצוננו... ס'קען גאר זיין אז די "אלטע ווינער" וועלן מוזן זיך טיילן און עפענען אן אייגענער קהלה ע"פ מסורת אשכנז. אויס דאס געשעהנט איז קהל עדת יראים אונטער דער פירערשאפט פון הרב כ"ץ אין גרויס געפאר, פינאנציש, און וועט זיך שטארק מוטשען צו האלטן דער רב און די מוסדות אפילו אין דעם פארקלענערטע צושטאנד וואו זיי געפינען זיך יעצט.