דער סקווערער רבי, שליט"א, מיט הרב ישראל מאיר לאו, דער געוועזענער הויפט-רב פון מדינת ישראל, און היינט צו-טאג דער הויפט רב פון תל-אביב, וועלכע האט היינט באזוכט אין ניו-סקווער
ס'איז געקומן אַ פֿישל קײַן סקװער
ער'ט געפֿרעגט ´װי, װאָס, װען, װער?´
מ'האָט אים געגעבן אַ זעץ
'דו װײסט װאָס דו רעדסט?'
דאָ טאָר מען נישט געבן אַ קלער
דער פֿיש האָט געגעבן אַ טאַנץ
דער בעלאַבאָס איז אַרײַן אין אַמבולאַנס
דער פֿיש האָט געשװיגן
גאַנץ סקװער האָט געשריגן
'ס'גײט פֿונעם גאַרטל אַ שװאַנץ'
דער פֿישל'ס געװעזן אַ קאַלטס
ס'האָט געזאָגט ס'דאַרף אַסאַך זאַלץ
'ציט מיך אַרױס פֿונעם בלאָטע
איך טו װי מײַן טאָטע
מײַן טלית קטן קומט אָן ביז מײַן האַלץ'
דער פֿיש האָט געװײנט אױף אַ תיקון
'איך בעט מ'זאָל מײן נשמה דערקװיקן
מ'האָט מיך נישט געלײגט אין אַ לעדל
מ'האָט געמײנט כ'בין אַ מײדל
װײַל מײן טאַטע'ס געװען צו פרום צו קוקן'
דער פֿיש האָט געזאָגט בקול רם
'רבותי איך האָב אַ פּראָגראַם
נעמט געלט פעדעראַלע
טײלט אױס פאַר אַלע
אָבער מיך לאָט צורו אינעם ים'
דער פיש האָט געװײנט אױף זײן מיתה
'הרגעט מיך נישט מיט אַ שיסער
טוט מײן נשמה אױסבײלן
איך װעל פאַר הילערי װעלן
אַזױ װעל איך אַרױס פֿונעם תפֿיסה'
די פֿישעטע האָט גערעדט אינעם שטעטל
זי האָט געבעטן זי װיל האָבן אַ ברעטל
'אין אַ נוסח פון קלאָגן
װעל איך ויקָרב קץ זאָגן
און אַ היט װעל איך גײן אױפן שײטל''
דאָס פישל טײלט אױכעט שריים
און לױפֿט אין אַ מקווה פֿון מים חיים
ס'שװימט גאָר גיך
מיט שטיװל אָן שיך
'דער סוף איז שױן דאָ'. לחיים!