Showing posts with label שאול שפיצער. Show all posts
Showing posts with label שאול שפיצער. Show all posts
Tuesday, November 3, 2015
Breaking News out New Square (at least as of six days ago)
Full Story Here
You might say I got to know Chaim Aron Rottenberg after the attempt made on his life and his subsequent move out of New Square. It started with a chance encounter out of town and continued after that for some time. Most people that went through his ordeal, and you can see this probably is a lifetime of some pain and discomfort for him, not just a period of recovery after the incident, would have had smoke coming out of their ears when speaking of their attackers. This is not the case when it comes to CAR. He's very calm, cool and collected when speaking of his adversaries, you might even get a smile out of him. But he still carries the pain with him and wants what he sees as justice to be served. So I'm not here to judge anybody. The fact that Rottenberg wants Spitzer to serve out his term is his prerogative. Seven years isn't much for what he attempted to do, in Rottenberg's eyes, that is, and at least he should serve what he sees as a light sentence. We don't know what kind of emotional pain and scars he lives with. Even the physical pain is hard for us to imagine. And we surely don't know how we would react if it c"v happened to us. So when we attack CAR and tell him to let bygones be bygones we're being a bit hard on him, since we don't know what we would do if it was c"v our pain and suffering. You might say that he's trying to get back at the leadership of Skver. OK, I hear that point, but still.
As far as our Skverrer brothers are concerned; That's another story. You all heard what the pundits have to say, so there's no need for me to repeat it here. Unless you missed going to shul all week... It's no secret that they lack in the PR department. Yes, they're happy that their friend was released, but somebody should have realized that these days everything gets out immediately and that they'll seem like accessories to attempted murder all over again. So don't give out free coffee and keep the dancing and the Kiddush to a bare minimum. And even then stop and frisk any guy that joins any celebration; so that no video clips make their way to Lohud and the internets. Because they now have to deal with disgruntled MO and Charedi-light people who once again are upset at Skver, even if they were the recipients of good-ol'fashioned Skverrer hospitality, whether in NS or at a local hospital. This is old news by now, so time to move on.
And don't start with the Lubavitch didan notzach analogies, please.
Wednesday, April 25, 2012
מדשתיק שמע מינה דניחא ליה?
This news never gets old. Upon returning to the States last week I was rudely greeted by the terrible news that שאול יחזקאל שפיצער, all of 18 years old, from a nice Oberlendishe family, was sentenced to 7 years in State Penitentiary. I know the same can be said about me - but it's cute to see how a bucher'l whose zeides never heard of Skver, or any Chassidus, to be frank, is gonna go to jail for the current Skverrer. There are many, many unanswered questions that we dare ask, about the actual incident, the events that lead to it, and about what happened since then. Who knows if we'll ever know what really happened here. There's also the fact that instead of realizing that times HAVE changed and that defending the act and defaming Chaim Aron Rottenberg will do them no good anymore, many in that community have continued to do so, even those who'd you expect to know better - like people who are a bit more broad minded and have been exposed to the outside world. I don't get it. Maybe they think that the whole world is out to get them and they need to defend themselves at all costs. Truthfully, if you look at Spitzer's face you can probably believe that he's innocent, the kid doesn't look like he can hurt a fly. Which goes to show you that the real culprits are still out there, and that he's the fall guy, plain and simple. Why else was there no trial?
אינעם פאלגענדען דרשה הערט מען ווי א מגיד שיעור אין די ישיבה "אביר יעקב" ד'שיכון סקווירא, ר' ש"ד ה. (צו וועלכע איך האב נישט לאנג צוריק געשריבען א טשעק פון 2 מאל ח"י דאלאר - פרעג מיר נישט פארוואס...) גיט צו פארשטיין פאר יונגע בחורים - אין סקווירא האט מען יונג חתונה,אזוי אז זיי קענען נישט זיין אלט מער ווי 17 יאר - פארוואס חיים אהרן ראטענבערג, א בן אברהם יצחק ויעקב אמווייניגסטען -איז א "טמא." נישט מער נישט ווייניגער. און היות ער איז א "טמא" און דער רבי שליט"א איז א "שטיק אלוקות," צדיק גוזר והקב"ה מקיים, און נישט פאלגען דעם רבי'ן איז ערגער ווי עובר זיין אויף איסורי דאורייתא. כאטש מ'קען נישט זאגען אז ער האט עס ערליך פארדינט, ווייל סקווירא איז דאך מיוסד אויף אהבת ישראל, סקווירא איז דאך אלעמאל געווען בבחי' הנעלבים ואינם עולבים, ניטאמאל וויזוי צו שלאגען ווייסן זיי, א שאף צווישן וועלף זענען זיי----- אבער דאך.... ווינק ווינק. דער וואס טשעפעט זיך מיט'ן רבי'ן איז דמו בנפשו, זאל ער נישט קומען מיט טענות שפעטער... און מיר ווייסן דאך דעם אמת, אז זיין אמת'ע כוונה איז נישט נאר צו דאווענען ערגעץ אנדערש ווייל ער קען נישט פארטראגען די לאנגע תפלות און טישן. ניין, דער "טמא" ווייל לוחם זיין קעגן די קדושה פון די הייליגע שטעטל שאין כדוגמתו אין די גאנצע כדור הארץ, נו איז קומט זיך אים... אוי לאוזניים שכך שומעות. וואלט איר געמיינט אז דער מגי"ש איז א קליינקעפלדיגער וועלכע ווייסט נישט פון דער וועלט צו זאגען, זאג איך אייך ניין! ער ווייסט צו זאגען פון די איימיש און זייערע מנהגים, און די מארמאנס און זייער לעבנסשטייגער, און אפילו צו זאגען פון א "טשיינעטאון." ער ווייסט אויך צו זאגען פונקט ווי די אלע שבטים וואלטען באהאנדעלט אזא פארשוין ווי חיים אהרן. וואזשע דען? פונקט ווי אין סקווירא! ניין, נאך ארגער! זיי וואלטען געמאכט אז ס'וואלט נישט געבליבען קיין זכר פון אים, ער וואלט נעלם געווארען. אבער מיר חסידי סקווירא זענען בעסער פאר זיי... איז דען א וואונדער אז שאול יחזקאל האט געטוהן אזעלכע זאכען? אבער ר' ה. גלייבט נישט אז שאולי האט עס געטוהן, יתברוו ויתלבנו הדברים, זאגט ער. באלד וועט זיך ארויסווייזן אז ער איז אינגאנצען אומשולדיג און אז די תפלות פון כלל ישראל זענען ח"ו נישט געווען אומזיסט. דאס אז מ'לעבט היינט אין אן אנדעקרע וועלט ווייסען זיי נאך נישט, אפשר זענען זיי טאקע אזוי "אפגעהיטען" ווי זיי ווייזן פאר די וועלט און מיינען אז מ'קען נאך רעדן בפומבי אזעלכע ווערטער. אנדערש וואלט א מענטש וואס באלאנגט צו די עם חכם ונבון נישט גערעדט אזעלכי רייד צו א גרופע בחורים וויסענדיג אז אין א רגע כמימרא איז עס פארשפרייט פאר די גאנצע וועלט. (כאטש אז די האטליין איז פנימי...) דאס הארץ וויינט פאר אחב"י
.
און וואס הערט מען עפעס פון די ראשי החסידות אינעם שטעטל? שא שטיל. מדשתיק וכו'... עולם כמנהגו נוהג. אה! מ'גייט ראטעווען די דורות מיט א כינוס "לקיום הדורות" וועגן די טעכנאלאגיע הטמאה והמטמאת אין א בייסבאל סטאדיום, מיט דעם איז מען פארנומען. שפיכת דמים און חילול ה' מאכט נישט חרוב קיינע דורות... דאס קענען די דורות זעהן און ס'שאט נישט. (אפשר זענען זיי גערעכט, אפשר איז דאס שוין א חלק פון אידישקייט, משא"כ די אינטערנעט. איז אפשר אן עצה אז מ'איז דאס כולל אין אידישקייט אויך! כ'מיין די אינטערנעט. אזוי וועט מען זיך מער נישט דארפען לוחם זיין דערקעגן...) ווייל דאס אז די צרת השעה איז די אינטערנעט דאס ווייסן אלע. אהן דעם וואלט אלץ געווען אין ארדענונג. יש לומר אפילו אז די גאנצע ראטענבערג מעשה איז נאר אדאנק די אינטערנעט, ווייל אהן די אינטערנעט וואלט חיים אהרן נישט געוואוסט אז מחוץ לגלילות סקווירא איז פאראן א "נוירסינג האום" ווי מ'קען דאווענען. ער וואלט געמיינט אז די וועלט ענדיגט זיך ביי רוט 45 און וואשינגטאן עוועניו... באמת ליגט מיר אסאך ערגערע מחשבות אין קאפ, בין איך דאך אבער א היימישע אינגל, און כ'האב נישט ליב צו רעדן אזוי שלעכטס אויף מנהיגי ישראל, אפילו אויב די מחשבות שווימען אין קאפ, וועל איך דערפאר נישט רעדן קיין שלעכטס אויף די ראשי הקהילה דארט. אבער עס טוט זייער וויי. באמת. כ'האב אזא שוואכקייט, ס'איז בירושה מאבותיי אז איך האב אן איידעלע נשמה און איך פארטראג נישט ווען מיינע אוערן הערן אז מ'בארעדט אידן, יהיו מי שיהיו. וועט מען זיך דא אפשטעלן און הערן וואס איר, די חשוב'ע לייענער, האבען צו זאגען דערוועגן. טאמער איך מעג וואלט איך געבעטען פון די חשוב'ע לייענער צו לאזען וויסן פאר די חברים דא וואו עס זענען די "זאפטיגע שטיקלעך," אזוי אז מ'זאל שנעל קענען אהין צוגיין. כאטש אז איך בין מציע אז מ'זאל אויסהערן דאס גאנצע שמועס... אויך וויל איך ביי דעם געלעגנהייט דער חשוב'ע לייענער וועלכע האט זיך מטריח און אראפגעכאפט דעם שמועס אויף א "טייפ" און עס אהער געשיקט. תהא משכורתו וכו' ויבורך מפי עליון
Tuesday, June 14, 2011
אוי לנו שכך עלתה בימינו
שמונה עשר עשרות מאות אלף זהובים
Rottenberg.verified Complaint against Skver Rebbe and Shaul Spitzer
"המלך לא דן ולא דנין אותו, לא מעיד ולא מעידין אותו," (משניות סנהדרין פרק ב' משנה ב') - אזוי דארף זיין, עכ"פ. די שאלה איז נאר צו עס וועט אזוי זיין בנידו"ד. אין די אלעמען-באקאנטע "ספרים משפט" אין תשמ"ה-תשמ"ז איז י"ג כסלו געווארען א שטיקל יו"ט, ווייל די געריכט האט דעמאלסט געזאגט אז דער ליובאוויטשער רבי, זצוק"ל, דארף נישט גיין זאגען עדות, כאטש אז דער צד שכנגד האט זייער געוואלט אז ער זאל יא, מכמה טעמים מובנים. חסידים האבען זיך באנוצט מיט יענער משנה און האבען געברענגט א ראי' אז אזוי איז עס. דא איז שווער צו וויסן ווי עס וועט זיך אויסלאזן, צו דער סקווערער רבי וועט דארפן גיין אין באריכט צו נישט. אפשר וועט א דעפאזיציע גאר זיין גענוג? ימים יגידו
אין יעדענספאל וועט עס נישט זיין דאס ערשטע מאל וואס א סקווערער רבי ווערט אנגעקלאגט אין געריכט איבער געלט זאכען
ס'האט זיך עפעס געבראכן דא אין סקווער. דאס אז א חסידישער איד קלאגט אהן בערכאות א רבי צו וועלכע ער פלעגט - כאטש אמאל - אריינגיין צו אים מיט א קוויטל אין געריכט איז גאר א הארבע זאך וואס ס'איז שווער צו משער שיין די תוצאות דערפון. איך גלייב אז מ'קען זאגען אז ס'איז דאס ערשטע מאל וואס אזאנס פאסירט! מ'האט שוין געהערט אז א חסיד זאל אנקלאגן א ספרדי'שען מקובל, אבער אן אייגענעם רבי'ן?! די יונגווארג וועט עס זיכער זייער שאטן, און אפשר גאר די אלטע לייט אויכעט. מ'דארף מתפלל זיין אז ס'זאל נישט זיין קיין שלעכטע תוצאות דערפון.
Rottenberg.verified Complaint against Skver Rebbe and Shaul Spitzer
"המלך לא דן ולא דנין אותו, לא מעיד ולא מעידין אותו," (משניות סנהדרין פרק ב' משנה ב') - אזוי דארף זיין, עכ"פ. די שאלה איז נאר צו עס וועט אזוי זיין בנידו"ד. אין די אלעמען-באקאנטע "ספרים משפט" אין תשמ"ה-תשמ"ז איז י"ג כסלו געווארען א שטיקל יו"ט, ווייל די געריכט האט דעמאלסט געזאגט אז דער ליובאוויטשער רבי, זצוק"ל, דארף נישט גיין זאגען עדות, כאטש אז דער צד שכנגד האט זייער געוואלט אז ער זאל יא, מכמה טעמים מובנים. חסידים האבען זיך באנוצט מיט יענער משנה און האבען געברענגט א ראי' אז אזוי איז עס. דא איז שווער צו וויסן ווי עס וועט זיך אויסלאזן, צו דער סקווערער רבי וועט דארפן גיין אין באריכט צו נישט. אפשר וועט א דעפאזיציע גאר זיין גענוג? ימים יגידו
אין יעדענספאל וועט עס נישט זיין דאס ערשטע מאל וואס א סקווערער רבי ווערט אנגעקלאגט אין געריכט איבער געלט זאכען
ס'האט זיך עפעס געבראכן דא אין סקווער. דאס אז א חסידישער איד קלאגט אהן בערכאות א רבי צו וועלכע ער פלעגט - כאטש אמאל - אריינגיין צו אים מיט א קוויטל אין געריכט איז גאר א הארבע זאך וואס ס'איז שווער צו משער שיין די תוצאות דערפון. איך גלייב אז מ'קען זאגען אז ס'איז דאס ערשטע מאל וואס אזאנס פאסירט! מ'האט שוין געהערט אז א חסיד זאל אנקלאגן א ספרדי'שען מקובל, אבער אן אייגענעם רבי'ן?! די יונגווארג וועט עס זיכער זייער שאטן, און אפשר גאר די אלטע לייט אויכעט. מ'דארף מתפלל זיין אז ס'זאל נישט זיין קיין שלעכטע תוצאות דערפון.
Subscribe to:
Posts (Atom)