Showing posts with label Nikolsburg. Show all posts
Showing posts with label Nikolsburg. Show all posts
Monday, July 4, 2016
רצף בקשת מחילה בניקלשבורג מאנסי
In recent months many have decided to ask the Nikolsburger Rebbe of Monsey, Reb Mechel Lebovits, for forgiveness for the heartache and suffering they caused him many years ago, back when he was banished from Satmar and his life made a living hell for no reason. The list of evils and injustices done to him are too long to enumerate here. At first the children of a famous Satmar Chossid who embarrassed him in public by publishing a vicious kuntres against him full of lies and hate came to his shul and publicly asked for forgiveness. Now, in recent weeks, two more have come, the last one saying that attributes his child's death (from SIDS) to the fact that he embarrassed and hurt the Nikolsburger Rebbe some 15 years ago.The only question that some are asking and that remains unanswered is why davka the Nikolsburger Rebbe has such a koach in himmel? Why when some of the same Satmar Chassidm attacked the holy Belzer Rov in public the heavens didn't tremble like this? What follows here is a report of what happened last Friday night at Nikolsburg in Monsey:
די וואך פרייטאג צונאכטס האט געדאווענט אין (ניקלשבורג'ער) ביהמ"ד א זוהן פון חיים מאיר וואגשאהל בן שינאוו'ער רבי. דער עולם אין ביהמ"ד איז געווען סקעפטיש וואס דא גייט פאר, לעצטע וואך שמעלקא לייזער און די וואך ער. נאך מנחה, פאר קבלת שבת, האט ער זיך אויפגעשטעלט אויפן באלעמער (בימה) און געזאגט... {מער ווייניגער איז דאס תוכן דבריו} מורי ורבותי! מיין נאמען איז יעקב אלחנן וואגשאהל, פאר בערך פופצן יאר צוריק איז דער רבי שליט"א געווען אין קאשוי, דער רבי איז געזעצן דארט אין א שטוב, און געווארט אריינצוגיין צו קאשויער רב ז"ל. איך בין דעמאלטס געווען א אינגער בחור מיט ווייניג שכל, און איך האב געוואלט מקנא זיין קנאת ה' צבקות, און איך האב גענומען א גרויסע שטיין און אויסגעשאסן די פענסטער און אריינגעשאסן דארט שטיינער. שפעטער, ווען די רבי איז געזיצן ביי א טיש מיט'ן קאשויער רב, בין איך ווייטער געשטאנען דארט אין חוזק געמאכט. היינט ווען מיין שכל איז נתרבה געווארען פארשטיי איך וואס איך האב געטוהן, און איך וויל איבערבעטן דעם רבין שליט"א און ווער עס איז אלץ דארט געווען. איך קען נישט קיין נעמען, איך ווייס אז ר' נחום שווארטץ איז דארט געווען, און איך וויל בעטן מחילה דא ברבים, און מען זאל איבערגעבן פאר די אנדערע אידן אויך אז איך בעט זיי איבער. וועט מען אוודאי פרעגן אי מלכא אנא עד השתא לא אתי לגבאי? וואו בין איך געווען ביז יעצט? נאר יעצט פאר פסח איז מיין צוויי יעריג קינד, א געזונט קינד, נישט אויפגעשטאנען ליידער, און איך בין זיכער אז עס קומט וועגן דעם. בעט איך נאכאמאל אז מען זאל מיר מוחל זיין, און ווער עס קען נישט מוחל זיין, זאל מיר זאגן וואס איך קען טוהן אז מען זאל מיר מוחל זיין. רבינו שליט"א האט זיך אויסגעדרייט צו עם און געזאגט מחול לך מחול לך, און נאכן דאווענען האט די רבי עם געפרעגט, וואס איז זיין קינד'ס נאמען, צו לערנען משניות לעילו נשמתו.
Saturday, November 30, 2013
Thursday, December 13, 2012
Subscribe to:
Posts (Atom)

