Professor Velvel Green, OBM, 83
נישט אלע ווייסן דאס, אבער פרופ ' וועלוול גרין, ע"ה, וועלכע איז די וואך פלוצלינג אוועק אין עלטער פון 83 יאר, איז אמאל געווען א אידישע שרייבער אויך! זיין אידיש איז געווען פונעם ניט-פרומע סארט, דהיינו אידיש האט ער געלערנט אין די שולע דארט ווי ער האט שטודירט אלץ קינד, צו אין "שלום עליכם שולע" צו אין "י.ל. פרץ שולע." דעם ארטיקל האט ער געשריבן שוין נאך דעם וואס דער שליח ורב פעלים ר' משה פעלער זאל געזונט זיין האט זיך באקענט מיט ר' וועלוול און אים מקרב געווען צו אידישקייט. דאס זעהט מען גלייך. ער גיבט זיי אריין אין טאטענ'ס טאטען אריין, און זאגט זיי אז לא זו הדרך. אידיש אהן אידישקייט איז סופו לעפר. פון דער אברהם גולומב ווייס איך נישט קיין סאך, אבער זעהט אויס אז ער איז געווען עפעס א גברא רבא אינעם וועלט פון אידיש, א שרייבער און דענקער. קיין וויקי בלאט האב איך נישט געזעהן אויף אים. ר' וועלוול מיט זיין בריייטע שמייכל וועט אונז פעלן. די שייכות און קשר וועלכע ר' וועלוול האט געהאט מיט'ן ליובאוויטשער רבי'ן איז אויך צו באמערקן, ווייל ס'איז געווען א ספעציעלע. דארט האט מען איינגעזעהן אז די רבי איז אים מקרב סיי מיט זיינע ידיעות אין עניני העולם, און סיי מיט "סתם רבי'שע" ענינים. שווער דאס אפשר מסביר צו זיין, אבער ווען איממער מ'האט געזעהן אן אינטערוויו מיט ר' וועלוול, אדער א רעדע פון אים, האט מען געוואוסט אז מ'גייט הערן גוטע זאכען, פנינים של ממש, אוצרות פונעם רבינ'ס חדר, אזוי צו זאגען. זיין זיסע שמייכל און ליכטיגע געזיכט איז געווען גענוג אויף צו באלייכטען דעם גאנצען ציממער. ס'דא נאך אסאך צו שרייבן וועגן ר' וועלוול, און אפשר קענען די חשוב'ע ליינער אויך עפעס צוגעבן, אבער די צייט איז ביי מיר קורץ און איך מוז דאס אפדרוקן
Velvel Green Yiddish
ר' וועלוול מיט אסאך יארען צוריק
an obituary by Dovid Z @ Chabad.org
12 comments:
hirshel: איז אמאל געווען א אידישע שרייבער אויך! זיין אידיש איז געווען פונעם ניט-פרומע סארט
-----------------------
נא אז וועלול האט תשובה גיטוהן, א סימן אז אין דבר העומד בפני התשובה, אוויא איז מיט זיינע קינדער?
כ'פארשטיי נישט ואס איר פרעגט
His son is a shliach in Minnesota.
hirshel כ'פארשטיי נישט ואס איר פרעגט
זענען זיינע קינדער אויך פרימע לייט ?
א מחי' צי זעהן וועלול א בארד וויא נחשון בן אבינדב
פרום, פרום
אויף אלע אידישע קינדער געזאגט
וועלוועל,ס זון איז א חסידישער יונגערמאן, א שטיקל תלמיד חכם, א מרביץ תורה
http://thepartialview.blogspot.com/2011/11/internet-danger-discussed-at-agudah.html
פארוואס טראגט א ליובביצער חסיד א געפלאכטענע יארמולקא?
Kovner
Did u read his article?
U will feel the great neshoma of this jew?
Most jews with long zhipetzes will not write such holy diburim.
And you problem is, the Kipah.
Anonymous,
I have no problem with it; I'm just curious. I'm sure he'll have a more "lichtige gan-eden" than many people with velvet yarmulkas.
http://thepartialview.blogspot.com/2011/11/89th-agudah-convention-keynote-session.html
Post a Comment