Showing posts with label חילול השם. Show all posts
Showing posts with label חילול השם. Show all posts
Thursday, March 17, 2016
!די "חילול השם", מילא. אבער די כבוד
אז א איד קען נישט גיין אין גאס, אין באנק, האבען צו טוהן מיט נישט אידישע קליענטען, אהן דעם וואס ער דארף זיך שעמען פון די מעשים פון אפאר שונאי בצע. דאס איז די בראך. אז ישיבות און מוסדות התורה זענען בעצם "געצוואונגען" צו קענען טוהן יעדע עצה און תחבולה כדי צו קענען דעקן די בודזשעטן. אז אין די גאלדענע אמעריקע איז אין דעם זין נישט קיין סאך אנדערש ווי אין סאוויעטן פארבאנד. ווי האט הרב שטיינמאן געזאגט פאר סורוצקינ'ען ווען יענער האט נישט געוואלט ארייננעמען א קינד אין א חיידר ווייל זיי "פאסען נישט אריין" אהין? אז ס'איז פונקט ווי ביי די קאמיוניסטן. אז טאמער א קינד קען נישט גיין אין דער חיידער וועלכע זיין טאטע וויל אים שיקען, ווייל זיי האלטען אז ער "פאסט נישט אריין", איז עס פונקט ווי מ'דארף אים שיקען אין שקאלע. און דאס איז די כוונה פון די וועלכע האבען איינגעפירט אז ישיבות און מוסדות התורה טארען נישט געשטיצט ווערען פון די רעגירונג; אז אלע ישיבות און מוסדות התורה זאלען זיך פארמאכען און אלע זאלען צולאזט ווערן און צוגיין אינעם גרויסן "שמאלץ-טאפ" פון אמעריקע. אבער נישט סתם א שמאלץ טאפ, נאר טאקע דער טאפ פון חלילה א ג-טלאזע געזעלשאפט וואס די ליבעראלן ווילען און חלומ'ען דערפון שוין איבער 100 יאר. און דערפאר זענען די ראש המוסרים טאקע די געמיינע חברה פון די צווי אזוי-גערופענע אידישע צייטונגען דא אין ניו יארק. און זיי זענען שטאלץ דערמיט! זיי ווייסען אז איינס פון די ביידע דארף דא געשעהן: אדער די ישיבות וועלן זיך מוזען פארמאכען מחוסר דעקונג פון די בודזשעטן, אדער די מוסדות וועלן מוזען הייבען די שכר לימוד צו ניוועלן וועלכע רוב חרד'ישע משפחות וועלן נישט קענען אויסהאלטען. דאס וועט פירען צו דעם אז מענטשן וועלן פשוט זיך באגרעניצן צו 3-4 קינדער. אדער אפשר גאר ווייניגער. און דאס וועט זיין דער איינציגער מיטל ווי אפצושטעלן דער געוואוקס פונעם חרדי'שען ציבור.
ביטע כאפט מיר נישט ביי א ווארט. כ'מיין נישט חלילה צו זאגען אז חילול השם איז נישט קיין פראבלעם. אז עס גייט מיר נישט אהן, חלילה. אבער אפט מאל פאלט אריין ביי מיר די מחשבה זרה אז מ'וועט אונז שטענדיג רודפ'ן. אז ס'איז נישט וועגן נייעס פון פארברעכנס איז עס אז מיר האבען גרויסע משפחות, און אז נישט משפחות איז עס אז מיר זענען אומהעפליך. זאגען נישט עקסיוז מי. און אז מ'גייט לאנג געקליידעט. אדער אז מ'רעדט נישט קיין גוטען ענגליש. אפילו ביי דיי יידישיסטן איז אויך נישט גוט! ווייל מיר שרייבען אידיש, נישט "יידיש". מ'איז צו רייך און צו ארעם. מער ווייס איך נישט וואס צו זאגען. ביי אונז אין מאנסי איז דער מצב גאר נישט פשוט. אידיש בלוט איז גאר ביליג- ווי מ'זאגט. מ'קען אויף אונז זאגען און שרייבן וואס ס'לאזט זיך, און אלץ מיט א הכשר. די זעלבע צייטונגען וואס פארטיידונגען געפערליכע פארברעכנס פארפאסען נישט די געלעגנהייט יעדעס מאל צו לאזען וויסן ווי געפערליך די ג א נ צ ע געמיינדע איז. דערמאנען יעדער מאל ווי מיר פירען די סקול בארד דא כאטש מ'שיקט נישט די קינדער אין פאבליק סקול. כאילו ס'איז קעגן די געזעץ. אין לעיקוואוד איז שוין אויך אזוי. דאס וואס די ליבעראלען האט געקעמפט קעגן דיסקרימינאציע פון הייזער דאס האט נישט מיט אונז. מ'קען אפען און קלאר זאגען אז קיין שום איד טאר דא נישט וואוינען, און קיין מוסד התורה טאר דא נישט געבויט ווערן, און אלע שטייען און קלאטשען אז מ'טוט וואס דארף קעגן "פושי" און "אגרעסיווע" ריעל עסטעיט אגענטן. קרי: היימישע אידן. א רחמנות פשוט אויף די בעלי בתים דארט... דאס איז אלץ א דאנק אונזערע ברידער און שוועסטער אשר כרעו לבעל הסוציאליסטי והליברלי. פונקט ווי אין רוסלאנד. נישט קיין וואונדער אז פרומע אידן ווילען נישט טוהן קיין "קירוב"! ווער וויל דען מקרב זיין איינער וואס שטופט אריין א מעסער ביי מיר אין רוקען אויף פייסבוק און אין די קאמענטארען ביי אלע צייטונגען?!
שוין, לאמיר הער וואס איר האט צו זאגען
Subscribe to:
Posts (Atom)