Showing posts with label כל העולם כולו. Show all posts
Showing posts with label כל העולם כולו. Show all posts
Tuesday, December 20, 2011
.....גרויסע מענטשן גרויסע דאגות
פרעמישלאנער רבי, שליט"א ביי די חנוכה ליכט, היינט אווענט
באקומען א "בליץ פאסט" פון א איד וועלכע רופט זיך יואליש
תיכף נאך אסרו חג סוכות, לאזן זיך די רבי'לעך ארויס אויף די יארכע זיך אפמעסטן א קאלירטע בעקישע וואס זאל קלאפן מיט די מנורה, מיט די ספעציעלע אויפגענייטע סערוועטלעך, מיט די נטילת ידים שיסל און טעפעל, מיטן שיינע האלצערנע מזוזה. די ציל פון א שיינע בעקישע איז צו דערלאנגן אן ארט פארן בילד "סמעק" אין די מיטן פון די פאדערשטע בלאט אויפן "כל העולם כולו" - חנוכה ספעציעלע עדיציע. די פארגאנגענע וואך, ווען עמך אידן שפירן זיך גרייט פאר חנוכה נאכן איינקויפן "ווירדשין אויל" און טשאקאלאד חנוכה געלט, הערשט אבער אן ערב פסח פיבער אין די חסידישע קוויטל שטיבער. דער רבי שפאנט ארויף און אראפ, די בעקישע ברייט אפען, די היט ווערט אראפגעשליידערט אויפן טיש. די רבי איז זייער אומרואיג און צוקאכט, אלע וויילע בליקענדיג אויפן צעל פאן וואס ער שלעפט ארויס כלאחר יד פונעם שיעפע בעקישע טאש. ער ווארט אויף א טעקסט מעסעדזש וועלכע האט געלאזט אנזאגן אז דער שניידער וועט קענען פארשאפן נאך מאטעריאל צו קענען ארויסלאזן די נייע בעקישע אין די ברייט, און ס'וועט זיין גרייט פארן בני יששכר'ס ערשטן לשם יחוד. איז די בעקישע געווארן גרייט אין צייט? לויפט קויפן דעם "כל העולם כולו" געוואר צו ווערן
Subscribe to:
Posts (Atom)
