Showing posts with label נדבורנא. Show all posts
Showing posts with label נדבורנא. Show all posts

Tuesday, March 8, 2016

האדמו"ר רבי איציקל לייפער מנאדבורנא בראנקס

:באקומען אויפ'ן בליץ-פאסט

יארן לאנג האמיר געזוכט דעם רבי'נס מציבה, האדמו"ר רבי איציקל לייפער מנאדבורנא בראנקס. אן אייניקל פון רבי/ן ר' בערטשע פון סאטמאר ולמעב"ק. היינט האט ידידינו מקים המצבות מאייראפא געשטעלט זיין מצבה בחלקת הסתדרות האדמורים בוועלוואוד לאנג איילאנד.
מיסטערי סאלווד 
דער רבי ווערט געזען צווישן די רבנים אינעם דעלעגאציע צו פרעזידענט הערבערט האווער, דאכציך.


Thursday, February 27, 2014

....נאדווארנער רבי פארט צוריק קיין קלעצק

ווי באוואוסט האט דער נאדווארנער רבי פון בארא פארק, הרב שלמה לייפער שליט"א, געלערנט אין ישיבה תורה ודעת און דערנאך אין בית מדרש גבוה אין לעיקוואוד ביים ראש ישיבה, הגאון ר' אהרן קטלר. דא אין די צוויי בילדער זעהט מען אים ביי זיין חתונה (רעכטס אין בילד) מיט זיין פאטער, נאדווארנער רבי פון ברייטאן ביעטש הרב ר' שלום לייפער ז"ל, און מיט זיין ראש ישיבה. מ'זעהט דאס גרויס חביבות פון דער רבי צו די ראש ישיבה. דער רבי ר' שלום זעהט מען דא מיט א שטיקל א מאדנע - אנטשולדיגט מיר - בעקיטשע, אזוי מיט דריי לאנגע שטרייפען, וואס מ'זעהט דאס נישט ביי אנדערע רבי'ס - אפילו די וואס גייען יא מיט "סטראקעס." צו אונז אין הויפט ביורא איז אנגעקומען א באריכט אז דער רבי שליט"א גייט וויילען דעם שבת אין לעיקוואוד, איז מען געפאלען אויף אן המצאה: מ'זאל שטעלן די חתונה בילדער פונעם רבי'ן מיט'ן ראש ישיבה'ן - אזוי וועט מען מחזיר זיין עטרה ליושנה, צו וואס.  ס'איז צום באמערקן אז דער חתן איז דעמאלט נאך נישט געגאנגכן אנגעטוהן מיט די אלע שמונה בגדים ווי זיין פאטער - קען זיין היינט איז אכשר דרא; אדער אפשר איז ער נישט געווען באקוועם דערמיט, זייענדיג א בחור פון ליטווישע ישיבות. היינט גייט דער רבי שליט"א מיט די בגדים המיוחדים לאדמו"רי נאדווארנע לדורותיהם.




די רבי מיט'ן ראש ישיבה
























טאנצט "מצוה טאנץ" מיט'ן כלה
















דער רבי שליט"א היינט צו טאג

Saturday, January 12, 2013

יארצייט א ' שבט























L'kvoid Reb Hershel

I am sending you a picture of Reb Yosef of Niregyhaza. He was born ח' תמוז תרי"ט and died א' שבט תרפ"ז. [which would make today his yohrtzeit] He was the youngest child of Reb Mordche'la Nadvorner. He lived in פעטשעניזין, Pechenizhyn, (Pecz) Galicia, where he led his followers. He lead an ascetic life and barely spoke mundane matters (he was a Shoisek). During the First World War he fled Galicia and settled for a while in Mateszalka, Hungary. He later settled in Niregyhaza, Hungary, where he passed away and is buried. There a many Mofsim attributed to him.


Thursday, March 1, 2012

דער נאדווארנער רבי, זצ"ל















בילד קרעדיט - שטורעם.נט

דער נאדווארנער רבי, זצ"ל, רעכטס, מיט'ן ליובאוויטשער רבי'ן זצוקללה"ה, אין יאר תשמ"ה


 כ"ק אדמו"ר ר' יעקב ישכר בער ראזענבוים זצ"ל איז אוועק נעכטן נאכט אין עלטער פון 82 יאר. ער איז געווען א זון פון אדמו"ר ר' חיים מרדכי ראזענבוים, א זון פון ר' איתמר'ל, דער "אלטער רבי" פון נאדווארנע.

מראות חייו