Showing posts with label קירוב. Show all posts
Showing posts with label קירוב. Show all posts

Monday, December 5, 2016

"Torah Links" wants you to know that they're "ABSOLUTELY" not a Litvishe version of Chabad...























פון "מאמענט" מאגאזין

At first I thought that the interviewer was asking a loaded question, setting up the answer. But after seeing the full answer I'm not quite so sure anymore... It seems like these people would find some way to knock Chabad and their mivtzoyim. Just because. Then they kind of overstep their boundaries. Like, they're going too far is to distance themselves from Chabad. Only Torah קען באלייכטען א אידישע הארץ? Mitzvos can't do anything? What about a big shtreimel with the shpitzen blown into place using half a can of hairspray, can that באלייכט א אידישע הארץ? מי שמך לאיש Mr. Torah Links?Who told you that the point of being mekarev yidden is to גענצליך overturn a Yiddishe hartz? Who died and made you the boss of Torah and Kiruv?

We expect better journalism from מאמענט - you guys come out looking juvenille.

AND as far as Torh Links is concerned, I'd refer them to their mission statement. See below.


Friday, April 27, 2012

מקרב זיין אידישע קינדער, אפילו אהן א יארמולקע!

דער אלעמען באקאנטער "אחינו" ארגיניזאציע, וועלכע איז באקאנט פון די אנאנסען אין די צייטונגען, און נישט פון קירוב ארבעט, האט לעצטענס ארויסגעשיקט פאר'ן היימישען עולם דוברי אידיש דעם קונטרס, ווי זיי פראבירען צו ווייזען אז עס ליגט א פליכט אויף יעדן איינעם צו מקרב די פארווארפענע אחינו בני ישראל צו תורה און מצוות. די מארקעטינג חכמים זענען לעצטנס קלוג געווארען און הייבט אהן מאכען אלעס אויף אידיש אויך, ווייל מ'זעהט איין אז פון דארט וועט קומען די ישועה. פון אנאנסען אין די ענגלישע צייטונגען וועט מען נאך נישט געהאלפען ווערן. דא אין דעם קונטרס ווערן געענטפערט שו"ת בענין קירוב רחוקים וכדו' פון הגאון ר' גרשון איידלשטיין שליט"א, ראש ישיבת פוניבז' אין בני ברק ארה"ק ת"ו. אויפ'ן 2טע זייט זעהט מען גאר אן אינטערעסאנטע עובדא וועלכע איז פארגעקומען מיט הגאון בעל חזון איש זצ"ל, וועלכע האט געהייסען בחורים און אינגעלייט פארמאכען די גמרות און גיין ראטעווען אידישע קינדער פון שמד און זיך אנטוהן ווי פרייע "חילונים" אינגאנצען, אהן יארמולקעס! אבי מ'זאל ראטעווען אידישע קינדער און זיי געבן אן אמת'ער אידישע חינוך. נאר וואס? די וואס זענען נישט מסכים מיט'ן גאנצען ענין פון מקרב זיין אידן וועלן שוין זאגען אז הרב איידלשטיין איז נישט אנגענומען ווייל ער האט לעצטנס געזאגט אז די אידישע סאלדאטען אין די ישראל ארמיי זענען נישט ווייניגער ווי די בני תורה!

לייענט און שטוינט

Saturday, February 11, 2012

מוצש"ק ענטערטעינמענט

זקינך ויאמרו לך Yisro 5772

אזוי ווי דער עולם זוכט וועגן ווי צו פארברענגען די צייט די לאנגע מוצאי שבת'עס אין א כשר'ן אופן, ברענג איך אייך ליין מאטעריאל וועלכע קען אייך ברענגען אדער צום לאכען אדער צום וויינען, און אפשר נאך לאכען און וויינען גם יחד. ס'איז כדאי צו קוקען די לעצטע מעשה וואס זיי ברענגען אויף דף ב', ווי א זקן ממרא, כ'מיין א זקן מופלג דערציילט וואס ער האט געהערט פונעם רבי'ן ז"ל וועגן ליובאוויטש. כ'ווייס נישט וועמען צו גלייבן, צו הערץ פרענקל צו די אלטע אידן דא. ה"פ זאגט אז די רבי ז"ל האט קיינמאל קיין שלעכט ווארט קעגן ליובאוויטש ארויסגעזאגט פון מויל, און די אידן דא זאגען פארקערט. לבי אומר לי אז וויבאלד הערץ איז סוכ"ס געווען א "פרעמדע" האט די רבי ז"ל נישט געוואלט רעדן בפניו. אפשר מאך איך א טעות