Showing posts with label רבנים. Show all posts
Showing posts with label רבנים. Show all posts

Thursday, April 21, 2016

Sunday, May 13, 2012

הרה"ג ר' משה שמעון זיוויטץ אין לייכטע מאמענטען



  פרי יחזקאל

"Rabbi Moshe Shimon Sivitz (Zivitz) Chief Rabbi of Pittsburgh, PA Rav Sivitz was born in Zhitovyan (Kovno), Lithuania and studied in the Yeshivos of Slovan and Chelm, where he became a close disciple of Rav Eliezer Gordon, the Telzer rosh yeshiva. He also received semicha (ordained) from Rav Gordon and additional semicha from Rav Yitzchok Elchonon Spector, the Kovner Rav. The Rav's first pulpit was in Phikelin, Lithuania in 1885 but soon after moved to the United States. Before becoming the Chief Rabbi of Pittsburgh the Rav spent two years in Baltimore. Rav Sivitz, known as an outspoken critic against the Reform movement, organized the first talmud torah (day school) in Pittsburgh. The Rav was held in high esteem by many Rabbonim in Europe among them Rav Yisroel Meir Kagan, the Chofetz Chaim, who wrote the approbation to his commentary on Talmud Yerushalmi (Jerusalem Talmud). As a side, the Rav delivered the keynote eulogy at Chief Rabbi Yaakov Yosef Joseph's funeral."

Saturday, May 12, 2012

א נייע שטאטוסקווא.....

I think I've figured out why they're channeling Mihalkovich, Hungary, 5626 (1866) in their literature. They're trying to recreate that! They're going to try and wield the same power that the Rabbonei Hungary did back then. Just like the Rabbonim then decided that "you're either with us or against us," that if you do not join the Orthodox, then even if you're Orthodox you're not.... So too here. Back then if you remained Status Quo you weren't part of Orthodoxy and your shechita was treif and your Rav was as good as Reform, even if you had a beard and peyos to the floor and your wife wore a Burqa. This is apparently what the organizers and the Rabbonim here are trying to do. They want those who have Internet at home, or at least unfiltered Internet, and you all guys with the Blackberries and IPhones, they want you to be considered Status Quo Jews, and thus מחוץ למחנה. That means you're out of the schools, Yeshivos, shuls, your shechita is treif and you cannot be MESHADECH with any Orthodox Jew! (if nothing else does it the shidduch ban will.) Well, maybe not that much, but you're Modern Orthodox and considered as if you have a TV or home, or as if the lady of the house doesn't cover her hair. I'm not sure how they plan on accomplishing this in times like today.






















 This is from the "הצלת הדורות" pamphlet which we brought in its entirety last week. As you can well imagine I cannot read all of the literature that I present to you, so I did not notice it then. This particular page was brought to my attention at the end of last week by a very respected individual who was very taken aback by the words that they highlight here and considered them enough of a reason NOT to attend. He considers this very much NOT in the spirit of Toras HaBaal Shem Tov, and thus any person who follows the דרך הבעש"ט הקדוש  - and for whom the בעש"ט is holy and dear - should not attend. I said I would see what he's referring to, and now I see what he means. I'm sort of at a loss here. I know that this חשוב'ע person is not of Hungarian extraction and has never been exposed to this style of speaking and writing. To him all Jews are Hashem's children. There was no "teilung" where he comes from, so he cannot relate. He wouldn't do a shidduch with just anybody either, but this talk of מחוץ למחנה, and similar language REALLY rubs him the wrong way. He also has standards when it comes to whom he'd allow in schools, but it's the harsh language, which many would say is totally unnecessary, that got him so upset that despite the fact that he filters his internet he will not attend and wants others to stay away as well. Is it really necessary to use such language? Am I - and him - the only ones that think that writer here sounds like a very ANGRY man?

Will they succeed?

For the history of the Jews in Hugary see Here

Next we have the famous Takonos that were made in Mihalovitz, Hungary in 1866:
תקנות מיהאלאוויטץ תרכו

Tuesday, May 1, 2012

הג"ר ר' חיים לייב כ"ץ שליט"א גייט וואו קיינער איז נאך נישט געגאנגען - ער טרעט אויף קעגן די "בוני עולם" ארגעניזאציע

ביז יעצט האט מען נאר געהערט ווי אלע רבנים בכל רחבי תבל שטיצען איר ארבעט, היינט וועט מען הערן אן אויסנאם. אויף צו הערן וואס אים באדערט דארפט איר אויסהערן די דרשה. מ'זאגט אז אים באדערט דאס אז מ'לויפט גלייך - נאך א פאר חדשים - נעמען "טריעטמענטס" ווען ע"פ דין וואלט מען געדארפט ווארטען אסאך לענגער, ובפרט אז .לפי כמה פוסקים זענען די טיפולים אסור אינגאנצען. אויך זאגט ער אז די השגחה איז גאר שוואך, צו אינגאנצען נישטא, און פון דעם ארויסקומען שאלות ווי ממזרות אד"ג איך האב גארנישט קעגן בוני עולם, ח"ו, אבער איין זאך האט מיך אלעמאל געבאדערט, און דאס איז אז וויזוי איז דאס מיטאמאל געווארען די צדקה הכי גדולה בעולם וועלכע ציהט טויזענטער מענטשן צו אירע דינערס און אנדערע געלט "אקציעס" און קיינער האט קיינמאל נישט געטראכט פארוואס. טאמער מיינט איר אז רח"ל כ"ץ איז "סתם שלעכט" און גייט ארויס קעגן ב"ע נאר דערפאר, מעגט איר וויסען אז ער איז פון די ערשטע און שטארקסטע שטיצער פון די בארא פארקער עירוב נאר צוליב דעם אז מענטשן, און ווייבער און קינדער בפרט, זאלען קענען האבען א פולקאמער עונג שבת און נישט זיצען אינדערהיים פארמאכט. איך נעם קיינע צדדים דא אין דעם וויכוח, כ'ברענג .נאר די ווידעאס כמו שהם, און זאלט איר זיך ברעכן קאפ. נישט אויף יעדע נושא האב איך א דעה, אויב קענט איר דאס גלייבען

See Bonei Olam's Website

Sorry about all the Yiddish posts recently, friends. This one is especially suitable in Yiddish since the attached clips are all in Yiddish, and what a Yiddish it is! The most "chnyokishe" Yiddish of them all!





Thursday, March 22, 2012

!!!!!!!!אל אחב"י תושבי וויליאמסבורג: על כבודי לא מחיתם
















כ'האב נישט געפרעגט קיין רב צו איך מעג עס דא ארויפלייגן, טאמער נישט וועל איך אי"ה בל"נ עס אראפ נעמען

אנדערע פון אייך האבען געוויס געהערט פון דעם אז מ'האט געוואלט הענגן א טאוועל (בילבאר"ד בלע"ז) מלא כפירה בהשי"ת ר"ל אין הארץ פון חרדי'שען וויליאמסבורג, און מיט חסדי השם האבען די עסקנים געפועל'ט ביים לענדלאר"ד פונעם בנין אויף וועלכע מ'האט עס געוואלט ארויפצושטעלן אז ער זאל עס נישט אננעמען. איר מיינט אז מיט דעם וואס מ'האט עס נישט  דעם טאוועל  געהאנגען ביי אייך אין וויליאמסבורג האט מען יוצא געוועזן. אבער דאס אז אז טויזענטער אידן יראים ושלמים פארען אדורך אויף די "בי קיו אי" און זעהן עס מדי יום ביומו - דאס באדערט קיינעם נישט. איר זענט בלאפערס, איינס ביי איינס. ווען "עורה" האט געהאנגען א טאוועל ביי אייך אין די הייליגע שכונה און די פאות פון די אינגאלע זענען געווען קערצער  און שמעלער פון די פאות וואס די קינדער ביי אייך טראגען, זענט איר נישט געזעצן מיט די הענט צוגעלייגט. איינער האט זיך באמיהט און איז ארויף א לייטער - צו גאר א "קרעין" - און האט געמאלען א גרעסערע קאפל מיט לענגערע און דיקערע פאות. לתפארת מדינת וויליאמסבורג. אז א אינגל זאל חלילה נישט מיינען אז מ'קען זיין א פרומער איד מיט קליינע פאות אויך... און ווען איר זעהט אז די חשוב'ע און טייערע אידישע טעכטער רעדן אויף סעלפאונס אין די גאס - היל"ת - זיצט איר נישט איין, און איר לויפט דרוקען גרויסע פלאקאטען מיט קידוש לבנה אותיות. און נאך מער: מ'דארף גיין אין די זייט ווען א מאנסביל קומט אקעגן שמא ייכשל מיט ראיות אסורות און אפשר גאר נכשל ווערן מיט נג--ה שלא בכוונה. אלס פיין און וואויל. איך מאך גארנישט אוועק. אבער איר ווייסט אלע אז פון א בילד מיט קורצע פאות ווערט מען נישט קיין אפיקורס, און פון גיין אין גאס און הערן א פרוי רעדן אויפ'ן טעלעפאן  - קען זיין אז מ'זאל מסיח דעת זיין. אבער מחשבת כפירה? דאס איז דאך א ווערימל וואס קריכט אריין אין קאפ און לאזט נישט אפ. אויף דעם האט מען דאך געווארפען בחורים פון ישיבות און געצוואונגען ווייבער זיך גט'ן פון די מענער, אפילו נאר אויף א חשד! און דא רעדט זיך אז מ'זעהט דעם טאוועל מדי יום ביומו הלוך וחזור, ואין פוצה פה ומצפצף!!! שומו שמים!!! איר זענט אלע עתיד ליתן את הדין


ס'איז היינט א "סוד אין גאנץ בראד" אז ביי אין-ספור אינגעלייט אין אלע חרדי'שע קרייזן בוזשעווען ווינטען פון כפירה. איך וועל נישט יעצט אריינגיין אין די פרטים און זוכען ווער ס'איז שולדיג דערויף, צו די טעכנאלאגיע צו דער אינטערנעט צו די קרית יואל סקול דיסטריקט. אבער איין זאך איז זיכער - אז דאס איז א מכה שלא כתובה בתורה און קיינער האט זיך אויף דעם נישט געראכטען. אלע זענען היינט מודה אז א שטריימל- בעקישע-ווייסע זאקען-רעזשוואלקע מיט א גאנצע בארד ווייזען לאו דוקא דעם אמת'ן בילד פון וואס ס'טוט זיך אינעווייניג אין הארצען. מ'האט געמיינט אז מיט בויען מויערן און גדרים איבער גדרים וועט זיך די בעל דבר נישט געבן קיין עצה. אבער דער מלך זקן וכסיל קען קאמפיוטערס אויך. און אז מ'לאזט נישט קאמפיוטערס ווערט ער אלט-מאדיש און גייט צוריק צום אור-אלטען בילבאר"ד הידוע לשמצה. און מיט איין בילבאר"ד קען ער מער אויפטוהן ווי מיט בלאגס און בילדער און פייסבו"ק און טוויטע"ר און טשעטס. אבער די רבנים זיצן מיט פארמאכטע אויגן, אדער אפשר פארען זיי נישט מיט די "בי קיו אי" ווען זיי פארען קיין מאנסי, ניו סקווער און קרית יואל. די טינטעד ווינדא"ס פארשטעלן די פענצטערס. אפשר ווען מ'ווערט פארען צום גרויסן "כינוס להצלת הדורות" אין סיטי פילד קווינס וועלען זיי עס זעהן צום ערשטן מאל. זיי מיט נאך 50000 אידן יראים ושלמים. אשרינו שזכינו שאלו הם רבותינו ולא עזב ה' חסדו מאתנו...

איך האב היינט געהערט פון א אינגערמאן וועם ס'האט יא געבאדערט דעם בילבאר"ד וועלכע איז אריין צו איינער פון די גאר קנאי'שע רבנים אין שטאט - איינער וואס איז מקנא קנאת ה' צבאות ווען איממער, און יענער האט אים ארויסגעווארפען פונעם ביורא! "אויף דעם ביסטו געקומען צו מיר?" פרעגט אים יענער רב! "האסט נישט קיין גרעסערע דאגות?" און דער רב האט אים אנגעקוקט ווי ער איז פון די לבנה געפאלען. ווי עפעס א מאדנער "באלטשיבע" פון די הרי חושך. ווען יענער האט אים געפרעגט היתכן אז קעגן ציונות איז ער מוחה איין מאל און ווידער אמאל, האט דער רב גלייך אפגעשלאגען דעם פארגלייך זאגענדיג אז "ציונות איז קעגן אונז, וואס האבען מיר מיט אפענע אפיקורסים?....." זעהט אויס אז נאר ג"ע איז געבליבען פון די ג' עבירות חמורות, שפיכות דמים איז שוין פון לאנג מותר געווארען, און ע"ז און אויך שוין אויך כנראה מותר, אבי מ'גייט מיט פאנדיאלאס מיט א א הכשר." נישטא ווער ס'זאל לאכען. ס'איז צום וויינען. אבער יענער רב איז געווען גאר שטארק באזארגט אז מ'זאל נישט רעדן מיט סעלפאנ"ס אין די גאס און אז מ'זאל ח"ו נישט ליינען "דער שטערן" און "די שפאקטיוו" ווייל דארט איז דא זאכען שאין "רוח חכמים נוחה מהם" און עס קען -חלילה שאטען אידישע קינדער אז מ'וועט זיך דערוויסען אז אין אמעריקע איז געווען א ראזענבערג פראצעס אין 1953. אויך איז ליפא שמעלצער א סכנה פאר'ן קיום און המשך הדורות... דאס איז כו"ע מודו, און אויף דעם איז דא זיצונגען פון רבנים ביז טיף אין דער נאכט און מ'רוהט נישט ביז מען איז עס עוקר מן השורש. און דערנאך פרעגט מען פארוואס מענטשען האבען נישט קיין ....דרך ארץ פאר רבנים

Friday, January 6, 2012

ב"ה לא אלמן ישראל - עס קומט שוין די ישועה'לע























די "איחוד הקהילות לטוהר המחנה" קאמיטעט איז געזעצן און מטכס עצה געווען. ס'האלט שוין אט אט און אלעס ווייט קנאקען ווי עס דארף צו זיין. מיר וועלן ווייטער האבען א 100% סוקסעס
אין אונזערע היימישע מוסדות RATE .

מ'גייט מטהר זיין די מחנה פון די אלע אומגעוואונטשענע עלעמענטן

אינעם בילד זעהט מען ווי דער גבאי/שמש פונעם סקולענער ביהמ"ד שרייט אהן דער געהיימער בילדער-כאפער וועלכע האט זיך אריינגעכאפט אינעם ווייבער שוהל און האט געכאפט בילדער פון די העכסט-געהיימע אסיפה

אין די צווייטע בילד זעהט מען איינער פון די פלאקאטען וועלכע דער איחוד האט געהאנגען אין אלע בתי מדרשים. לויט ווי מיין קליינעם שכל פארשטייט עס איז אינגאנצען דא איין אויפפאדערונג אין אונזער דור, און דאס איז דער טריפה'נעם טעכנאלאגיע. די אלע סקאנדאלען וועלכע זענען לעצטנס נעבאך מעשים בכל יום זענען - זעהט אויס - בלויז פאלשע קלאנגען, און אויף דעם פאדערט זיך קיינע אסיפות.... אויב אזוי איז זייער פאסיג די קעפל פונעם היינטיגען "פאסט," ווייל דאס
 איינציגער פראבלעם פונעם "יהדות החרדית" ווערט אט אט געלעזט

לא אלמן ישראל ווייל מיר האבען רבנים גאונים און צדיקים וועלכע האבען די פינגער אויפ'ן "בלוט-דרוק" פונעם ציבור און ווייסן גענוי וואס און ווען צו טוהן

ברוך שחלק מחכמתו ליראיו




.

Wednesday, October 26, 2011

א רוף צו אקשן - דעת בעלי בתים

asifah-shabbos-blettel-8

שוין לאנג נישט געזעהן ווי דאס הארץ ווייטאג פון אחב"י, די א.ג. "עמך אידן", ווערט אזוי גוט אויסגעדרוקט ווי אין די פאר בלעטער. זעהט אויס אז מ'האלט שוין נאנט, זייער נאנט, צו "קריסת המערכת" ווי דאס איז ביז היינט. ווער ווייסט אבער ווי ווייט און ווי טיף דאס וועט גיין ווען די מערכת וועט אונטער גיין, ר"ל. ווייל א מערכת מיט אזעלכע שוואכע יסודות, און מיט לופט אונטער די שוואכע יסודות, קען זינקען גאר, גאר טיף, אזוי ווי מיר זעהן שוין היינט