Showing posts with label Rabbonim. Show all posts
Showing posts with label Rabbonim. Show all posts
Wednesday, November 14, 2018
Tuesday, March 12, 2013
Polish and Russian Rabbonim of yesteryear that you most likely never heard of
הרב ר' חיים פאזנער אב"ד ניעשנאווא ואח"כ מחברי וועד הרבנים בווארשא
הרב ר' אברהם גליקסמאן רבה של סלוזיעווא

הרב ר' אפרים פישל שפירא רבה של דאבלוינא
"הרב ר' משה פנחס טרונק, בנו יחידו של "הישועות מלכו
הרב ר' אליעזר הורביץ אב"ד אוקינוב
ממלא מקומו של ר"א הורביץ באוקינוב, הרב ר' אליעזר שמואל יוסף פרידקוס
הרב ר' דניאל דוד ווינברג רבה של גור
רבי נתן נטע דונר מקוליבעל מחבר הרבה ספרי אסופות דברי צדיקים
הרב ר' חיים משולם קויפמאן הכהן מח"ס פתח האהל ואב"ד גוסטינין
הרב ר' יצחק קוסבסקי רבה של איוויא מח"ס שאילת יצחק
הרב ר' שמואל יעקב הכהן קליגסבערג זצ"ל רבה של דאיוויאנגרד וקאלושין
הרב ר' מאיר צבי מאזור הרב של ראדזיוב, מגדולי תלמידי האבנ"ז זצ"ל
Photos and captions Courtesy of אוצר החכמה forum, who took it from A Polish publication, which has many more beautiful pictures. Some of the headgear worn here is "out of sight!"
Thursday, May 3, 2012
Tuesday, May 1, 2012
הג"ר ר' חיים לייב כ"ץ שליט"א גייט וואו קיינער איז נאך נישט געגאנגען - ער טרעט אויף קעגן די "בוני עולם" ארגעניזאציע
ביז יעצט האט מען נאר געהערט ווי אלע רבנים בכל רחבי תבל שטיצען איר ארבעט, היינט וועט מען הערן אן אויסנאם.
אויף צו הערן וואס אים באדערט דארפט איר אויסהערן די דרשה. מ'זאגט אז אים באדערט דאס אז מ'לויפט גלייך - נאך א פאר חדשים - נעמען "טריעטמענטס" ווען ע"פ דין וואלט מען געדארפט ווארטען אסאך לענגער, ובפרט אז .לפי כמה פוסקים זענען די טיפולים אסור אינגאנצען. אויך זאגט ער אז די השגחה איז גאר שוואך, צו אינגאנצען נישטא, און פון דעם ארויסקומען שאלות ווי ממזרות אד"ג
איך האב גארנישט קעגן בוני עולם, ח"ו, אבער איין זאך האט מיך אלעמאל געבאדערט, און דאס איז אז וויזוי איז דאס מיטאמאל געווארען די צדקה הכי גדולה בעולם וועלכע ציהט טויזענטער מענטשן צו אירע דינערס און אנדערע געלט "אקציעס" און קיינער האט קיינמאל נישט געטראכט פארוואס. טאמער מיינט איר אז רח"ל כ"ץ איז "סתם שלעכט" און גייט ארויס קעגן ב"ע נאר דערפאר, מעגט איר וויסען אז ער איז פון די ערשטע און שטארקסטע שטיצער פון די בארא פארקער עירוב נאר צוליב דעם אז מענטשן, און ווייבער און קינדער בפרט, זאלען קענען האבען א פולקאמער עונג שבת און נישט זיצען אינדערהיים פארמאכט. איך נעם קיינע צדדים דא אין דעם וויכוח, כ'ברענג .נאר די ווידעאס כמו שהם, און זאלט איר זיך ברעכן קאפ. נישט אויף יעדע נושא האב איך א דעה, אויב קענט איר דאס גלייבען
See Bonei Olam's Website
Sorry about all the Yiddish posts recently, friends. This one is especially suitable in Yiddish since the attached clips are all in Yiddish, and what a Yiddish it is! The most "chnyokishe" Yiddish of them all!
See Bonei Olam's Website
Sorry about all the Yiddish posts recently, friends. This one is especially suitable in Yiddish since the attached clips are all in Yiddish, and what a Yiddish it is! The most "chnyokishe" Yiddish of them all!
Thursday, March 22, 2012
!!!!!!!!אל אחב"י תושבי וויליאמסבורג: על כבודי לא מחיתם
כ'האב נישט געפרעגט קיין רב צו איך מעג עס דא ארויפלייגן, טאמער נישט וועל איך אי"ה בל"נ עס אראפ נעמען
אנדערע פון אייך האבען געוויס געהערט פון דעם אז מ'האט געוואלט הענגן א טאוועל (בילבאר"ד בלע"ז) מלא כפירה בהשי"ת ר"ל אין הארץ פון חרדי'שען וויליאמסבורג, און מיט חסדי השם האבען די עסקנים געפועל'ט ביים לענדלאר"ד פונעם בנין אויף וועלכע מ'האט עס געוואלט ארויפצושטעלן אז ער זאל עס נישט אננעמען. איר מיינט אז מיט דעם וואס מ'האט עס נישט דעם טאוועל געהאנגען ביי אייך אין וויליאמסבורג האט מען יוצא געוועזן. אבער דאס אז אז טויזענטער אידן יראים ושלמים פארען אדורך אויף די "בי קיו אי" און זעהן עס מדי יום ביומו - דאס באדערט קיינעם נישט. איר זענט בלאפערס, איינס ביי איינס. ווען "עורה" האט געהאנגען א טאוועל ביי אייך אין די הייליגע שכונה און די פאות פון די אינגאלע זענען געווען קערצער און שמעלער פון די פאות וואס די קינדער ביי אייך טראגען, זענט איר נישט געזעצן מיט די הענט צוגעלייגט. איינער האט זיך באמיהט און איז ארויף א לייטער - צו גאר א "קרעין" - און האט געמאלען א גרעסערע קאפל מיט לענגערע און דיקערע פאות. לתפארת מדינת וויליאמסבורג. אז א אינגל זאל חלילה נישט מיינען אז מ'קען זיין א פרומער איד מיט קליינע פאות אויך... און ווען איר זעהט אז די חשוב'ע און טייערע אידישע טעכטער רעדן אויף סעלפאונס אין די גאס - היל"ת - זיצט איר נישט איין, און איר לויפט דרוקען גרויסע פלאקאטען מיט קידוש לבנה אותיות. און נאך מער: מ'דארף גיין אין די זייט ווען א מאנסביל קומט אקעגן שמא ייכשל מיט ראיות אסורות און אפשר גאר נכשל ווערן מיט נג--ה שלא בכוונה. אלס פיין און וואויל. איך מאך גארנישט אוועק. אבער איר ווייסט אלע אז פון א בילד מיט קורצע פאות ווערט מען נישט קיין אפיקורס, און פון גיין אין גאס און הערן א פרוי רעדן אויפ'ן טעלעפאן - קען זיין אז מ'זאל מסיח דעת זיין. אבער מחשבת כפירה? דאס איז דאך א ווערימל וואס קריכט אריין אין קאפ און לאזט נישט אפ. אויף דעם האט מען דאך געווארפען בחורים פון ישיבות און געצוואונגען ווייבער זיך גט'ן פון די מענער, אפילו נאר אויף א חשד! און דא רעדט זיך אז מ'זעהט דעם טאוועל מדי יום ביומו הלוך וחזור, ואין פוצה פה ומצפצף!!! שומו שמים!!! איר זענט אלע עתיד ליתן את הדין
ס'איז היינט א "סוד אין גאנץ בראד" אז ביי אין-ספור אינגעלייט אין אלע חרדי'שע קרייזן בוזשעווען ווינטען פון כפירה. איך וועל נישט יעצט אריינגיין אין די פרטים און זוכען ווער ס'איז שולדיג דערויף, צו די טעכנאלאגיע צו דער אינטערנעט צו די קרית יואל סקול דיסטריקט. אבער איין זאך איז זיכער - אז דאס איז א מכה שלא כתובה בתורה און קיינער האט זיך אויף דעם נישט געראכטען. אלע זענען היינט מודה אז א שטריימל- בעקישע-ווייסע זאקען-רעזשוואלקע מיט א גאנצע בארד ווייזען לאו דוקא דעם אמת'ן בילד פון וואס ס'טוט זיך אינעווייניג אין הארצען. מ'האט געמיינט אז מיט בויען מויערן און גדרים איבער גדרים וועט זיך די בעל דבר נישט געבן קיין עצה. אבער דער מלך זקן וכסיל קען קאמפיוטערס אויך. און אז מ'לאזט נישט קאמפיוטערס ווערט ער אלט-מאדיש און גייט צוריק צום אור-אלטען בילבאר"ד הידוע לשמצה. און מיט איין בילבאר"ד קען ער מער אויפטוהן ווי מיט בלאגס און בילדער און פייסבו"ק און טוויטע"ר און טשעטס. אבער די רבנים זיצן מיט פארמאכטע אויגן, אדער אפשר פארען זיי נישט מיט די "בי קיו אי" ווען זיי פארען קיין מאנסי, ניו סקווער און קרית יואל. די טינטעד ווינדא"ס פארשטעלן די פענצטערס. אפשר ווען מ'ווערט פארען צום גרויסן "כינוס להצלת הדורות" אין סיטי פילד קווינס וועלען זיי עס זעהן צום ערשטן מאל. זיי מיט נאך 50000 אידן יראים ושלמים. אשרינו שזכינו שאלו הם רבותינו ולא עזב ה' חסדו מאתנו...
איך האב היינט געהערט פון א אינגערמאן וועם ס'האט יא געבאדערט דעם בילבאר"ד וועלכע איז אריין צו איינער פון די גאר קנאי'שע רבנים אין שטאט - איינער וואס איז מקנא קנאת ה' צבאות ווען איממער, און יענער האט אים ארויסגעווארפען פונעם ביורא! "אויף דעם ביסטו געקומען צו מיר?" פרעגט אים יענער רב! "האסט נישט קיין גרעסערע דאגות?" און דער רב האט אים אנגעקוקט ווי ער איז פון די לבנה געפאלען. ווי עפעס א מאדנער "באלטשיבע" פון די הרי חושך. ווען יענער האט אים געפרעגט היתכן אז קעגן ציונות איז ער מוחה איין מאל און ווידער אמאל, האט דער רב גלייך אפגעשלאגען דעם פארגלייך זאגענדיג אז "ציונות איז קעגן אונז, וואס האבען מיר מיט אפענע אפיקורסים?....." זעהט אויס אז נאר ג"ע איז געבליבען פון די ג' עבירות חמורות, שפיכות דמים איז שוין פון לאנג מותר געווארען, און ע"ז און אויך שוין אויך כנראה מותר, אבי מ'גייט מיט פאנדיאלאס מיט א א הכשר." נישטא ווער ס'זאל לאכען. ס'איז צום וויינען. אבער יענער רב איז געווען גאר שטארק באזארגט אז מ'זאל נישט רעדן מיט סעלפאנ"ס אין די גאס און אז מ'זאל ח"ו נישט ליינען "דער שטערן" און "די שפאקטיוו" ווייל דארט איז דא זאכען שאין "רוח חכמים נוחה מהם" און עס קען -חלילה שאטען אידישע קינדער אז מ'וועט זיך דערוויסען אז אין אמעריקע איז געווען א ראזענבערג פראצעס אין 1953. אויך איז ליפא שמעלצער א סכנה פאר'ן קיום און המשך הדורות... דאס איז כו"ע מודו, און אויף דעם איז דא זיצונגען פון רבנים ביז טיף אין דער נאכט און מ'רוהט נישט ביז מען איז עס עוקר מן השורש. און דערנאך פרעגט מען פארוואס מענטשען האבען נישט קיין ....דרך ארץ פאר רבנים
Friday, January 6, 2012
ב"ה לא אלמן ישראל - עס קומט שוין די ישועה'לע
די "איחוד הקהילות לטוהר המחנה" קאמיטעט איז געזעצן און מטכס עצה געווען. ס'האלט שוין אט אט און אלעס ווייט קנאקען ווי עס דארף צו זיין. מיר וועלן ווייטער האבען א 100% סוקסעס
אין אונזערע היימישע מוסדות RATE .
מ'גייט מטהר זיין די מחנה פון די אלע אומגעוואונטשענע עלעמענטן
אינעם בילד זעהט מען ווי דער גבאי/שמש פונעם סקולענער ביהמ"ד שרייט אהן דער געהיימער בילדער-כאפער וועלכע האט זיך אריינגעכאפט אינעם ווייבער שוהל און האט געכאפט בילדער פון די העכסט-געהיימע אסיפה
אין די צווייטע בילד זעהט מען איינער פון די פלאקאטען וועלכע דער איחוד האט געהאנגען אין אלע בתי מדרשים. לויט ווי מיין קליינעם שכל פארשטייט עס איז אינגאנצען דא איין אויפפאדערונג אין אונזער דור, און דאס איז דער טריפה'נעם טעכנאלאגיע. די אלע סקאנדאלען וועלכע זענען לעצטנס נעבאך מעשים בכל יום זענען - זעהט אויס - בלויז פאלשע קלאנגען, און אויף דעם פאדערט זיך קיינע אסיפות.... אויב אזוי איז זייער פאסיג די קעפל פונעם היינטיגען "פאסט," ווייל דאס
איינציגער פראבלעם פונעם "יהדות החרדית" ווערט אט אט געלעזט
לא אלמן ישראל ווייל מיר האבען רבנים גאונים און צדיקים וועלכע האבען די פינגער אויפ'ן "בלוט-דרוק" פונעם ציבור און ווייסן גענוי וואס און ווען צו טוהן
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו
.
Wednesday, October 26, 2011
א רוף צו אקשן - דעת בעלי בתים
asifah-shabbos-blettel-8
שוין לאנג נישט געזעהן ווי דאס הארץ ווייטאג פון אחב"י, די א.ג. "עמך אידן", ווערט אזוי גוט אויסגעדרוקט ווי אין די פאר בלעטער. זעהט אויס אז מ'האלט שוין נאנט, זייער נאנט, צו "קריסת המערכת" ווי דאס איז ביז היינט. ווער ווייסט אבער ווי ווייט און ווי טיף דאס וועט גיין ווען די מערכת וועט אונטער גיין, ר"ל. ווייל א מערכת מיט אזעלכע שוואכע יסודות, און מיט לופט אונטער די שוואכע יסודות, קען זינקען גאר, גאר טיף, אזוי ווי מיר זעהן שוין היינט
שוין לאנג נישט געזעהן ווי דאס הארץ ווייטאג פון אחב"י, די א.ג. "עמך אידן", ווערט אזוי גוט אויסגעדרוקט ווי אין די פאר בלעטער. זעהט אויס אז מ'האלט שוין נאנט, זייער נאנט, צו "קריסת המערכת" ווי דאס איז ביז היינט. ווער ווייסט אבער ווי ווייט און ווי טיף דאס וועט גיין ווען די מערכת וועט אונטער גיין, ר"ל. ווייל א מערכת מיט אזעלכע שוואכע יסודות, און מיט לופט אונטער די שוואכע יסודות, קען זינקען גאר, גאר טיף, אזוי ווי מיר זעהן שוין היינט
Friday, September 23, 2011
Do as I say, not as I do...
At the major asifa of Rabbonim called by Reb Matisyahu Solomon and the Skulener Rebbe, this week in Newark, NJ. One Rabbi is seeing filming the speech of RMS on his Android device... Another Rabbi took the picture of him with another non-kosher device.... וואס וויל מען פון אונז קעלבלעך אז די קוהען פאלגען נישט די אייגענע הלכות????
The Invite...
The Rabbonim sign...
Thursday, September 1, 2011
Pleading for Help, 1943
The man in the video, standing next to Rav Lazer Silver and speaking the king's English is Rabbi Zev Gold. Schneur has told us much about Rabbi Gold, how he founded the Yeshiva Torah VoDa'as and named it after the famous Yeshiva that Rav Reines founded in Lida. The idea was that it be like its namesake, a place where Torah and, lehavdil, secular subjects were taught. The Yeshiva may have been that, and it still is, with many of the Touro studenten coming from Yeshiva Torah VoDa'ath, because they allow the bachurim to attend, but I don't think that this is what Rabbi Gold had in mind. Reb Shraga Feivel - whose Yohrtzeit is tomorrow - changed the course, him and R' Binyomin Wilhelm. I guess Rabbi Gold spoke the best English in the crowd, and the monocle he wore sure made an impression. I'm kidding. Visible in the picture preceding the moving picture is R' Avrohom Kalmanovich, Rav of Tiktin and President of the Mirrer Yeshiva in Brooklyn, as well as the Bostoner Rebbe, R' Levi Yitzchok, in row 2, with the very Rabbinic hat. There are more, but I can't think of the names now. Maybe a Levovitz too. The Modzitzer Rebbe was there too. Much was made about the Lubavitcher Rebbe not traveling to that march on Washington, as if to say that he didn't care about the well being of his brothers and sisters in Occupied Europe. עפרא לפומיה of all those who say that. The guy in row 2 that gets annoyed from a hand on his shoulder and some fidgeting behind him obviously didn't realize the importance of the occasion if he could be disturbed by a trivial thing like that...
Monday, March 7, 2011
נישט קיין היימישע בלוט מעג מען צאפן

We spoke about VIN and how they're hanging on for dear life. I was tolds by people who claim to be in the know that it's no coincidence that the tone has changed recently, especially as far as comments are concerned, and we saw how they've stopped reporting on scandals in the frum community, both political and otherwise, ahem. Or at least so we thought. Then there was an arrest in the frum community last week, and there it was, on VosIzNeias, with all the details! Then they removed the names, but they left the family name in one place for anybody to see and do a quick search in Google News.... So what happened? Did they have a change of heart, are they back to their old, semi-evil ways (initials or no names, but obviously a frum person) now that they see that readership is down, since the content is not as excting as it used to be? But then I realized! Despite the fact that these are frum people, even Torah'dikke Mishpoches, they're not Hymish. The kids probably don't speak Yiddish, the women drive, the kids play basketball in their driveways, and the all-important shtreimel doesn't adorn the farchup'te head of the father. Oy Lanu. But most of all these people don't have bands of terrorists calling and harassing Rabbonim about the evils of the day, and they don't harass Mosdos who advertise with sites such as VIN. So they're fair game. Their blood isn't red.
שעמן זאלט איר זיך
Monday, January 17, 2011
I've decided to go all out here in regards to CH Rabbonim election and the ensuing politics. From Day One, that is.

?ר' איד, וואס לאכט איר אזוי? אויף וועמענ'ס חשבון

?ר' עמרם? איר זענט אויך דא
איך בין דאך דארט אויפגעוואקסן, און איך ווייס ווי איר האלט .....

? איך גלייב נישט. וואס זוכט דער בורשטינער צדיק דארט? ער פלעגט דאווענען אלץ קינד ביי אים אין שול?

.....וולפא, דאס איז דער מכה בפטיש

הרב שוויי זיצט כשושנה בין החוכים

.....דער גרויסער פאטער , היינט שעפט ער שוין נחת פונעם זונ'דל

DALOY HUNGARIANS IN LUBAVITCH!!!!
I'm not sure what brought this on now. Maybe it was the passing of Reb Moshe Morozov, who was once very actively involved in the whole process, before old age prevented him from continuing. Or maybe it was the fact that people ask me all kinds of questions and I figure that if they get their info elsewhere it might not be as good as if they get here. But I want it all here on the table, going back to ששת ימי בראשית. Why, after years of using Rav Osdoba for their agenda, they decided that he isn't good for them anymore, and especially why the Russians decided now that a young Hungarian is good for them and their agenda? I'd like your input, please. I know the answers, more or less, I just wanna hear ALL the details here. Years ago they needed Rav Marlow for their power struggle and they got him and used him, but what good is Braun for them now?
I started this thread on Thursday, when we weren't sure if there would be a Hachtoroh or not, but now that there was one last light, and they brought out anybody that RYYB had a shaychus with as a child until he joined Lubavitch, I'm even more intrigued. I look around at those in attendance and all I see is rabblerousers, troublemakers and those looking to destroy Lubavitch for personal reasons. And, of course, locals looking for a bite to eat and a way to pass the time. And some bachurim. And they too were sent to the coronation by the leadership of OT, which also is part of the troublemaking crowd, as was the MC, one of the first to make himself big by destroying what others built with their sweat and tears, and using the "Moshiach" issue to the appeal to the ass - , I mean masses. I don't usually discuss internal Lubavitch politics, but I'll do it, and may G-d forgive me, for I know not what I'm doing here.
Subscribe to:
Posts (Atom)

















