Showing posts with label תשכ"ח. Show all posts
Showing posts with label תשכ"ח. Show all posts

Sunday, December 2, 2012

?וואו נעמט מען דאס היינט



וואס האבען אונזערע קינדער געזינדיקט אז זיי קענען נישט אנטייל נעמען אין אזא דערהויבענעם מעמד? און וואס האבען מיר שוין געטוהן אז מ'האט יע זוכה געווען דערצו? פינף און פערציג יאר צוריק, סך הכל. און ס'איז געווען אזעלכע מאמענטן שפעטער אויך. טאמער זענט איר נישט געווען דערביי און איר האט געוואוינט ווינציגער פון 100 מייל אוועק... שוין. שטעלט אייך פאר וואס פאר א טעם גן עדן מ'האט דארט געשפירט! איי, דער זייגער? דער "באס" מארגען וועט שטיין און ווייזען אויפ'ן זייגער? אה! וואס פארשטייט ער אין א טעם גן עדן, צו א רבי, צו א י"ט כסלו. אבער ס'איז מעגליך נאך היינט צו טאג, אפילו אויב מ'קעו מיטן רבי'ן נישט זיצען אזוי ווי דעמאלט. אונזערע קינדער באווייזען ווי דאס איז מעגליך, און אפטמאל נאך בעסער ווי דער פריערדיגער דור