Wednesday, June 18, 2014
הרה"ק ר' נחומ'טשע ראחמאסטריווקער זצוק"ל: אז מ'וויל אז די קינדער זאלען גיין אויפ'ן ריכטיגען וועג דארף מען ברענגען פרנסה אין שטוב
אזוי וואלט מען לכאורה מסיק געווען פון דעם סיפור. א דירעקטע ווארט פון גרויסען רבי'ן ר' נחום'טשע. קיינע פשט'לעך קען מען לערנען פון אזא ווארט. ער זאגט נישט קלאר ארויס דא פארוואס, אבער בפשטות יש לומר אז טאמער דאס קינד זעהט אז זיין אן ערליכע איד מיינט וואוינען בדחקות און מקריב זין כל חיי העולם הבא --- וועט ער אפשר נישט וועלן גיין אין אזוינע דרכים. אבער זעהט אויס אז די מוציאים לאור - כאטש וואס די מעשה האט מען אפגעדרוקט - האבען מורא געהאט אז וויבאלד די מעשה האט פאסירט מיט'ן א"י'דיגע רבי'נס זיידע, וואס אין ארץ ישראל איז עפעס נישט אזוי אנגענומען גיין ארבעטן און ברענגן ברויט אין שטוב (ביטע מיר נישט פארשטיינערן) - וועלן די א"י'דיגע חסידים ברוגז זיין, האבען זיי צוגעשטעלט א שטיקל הבהרה - דיסקלויזשע"ר בלע"ז. כאטש דא האט פאסירט אז אנשטאט ווערן א כלי קודש איז ער געגאנגען ע"פ ציווי הצדיק ארבעטן אין א שפיטא"ל, וואס כו"ע מודי אז א שפיטא"ל איז א געפערליכע פלאץ. כידוע די ווארט פון הג"ר אלחנן הי"ד. בד"א אז מ'מעג גיין ארבעטן? נאר אז מ'קען זיך היטן די אויגן. אבער ידע איניש בנפשי' אז צו זיין באמת אפגעהיטען היינטיגע טעג איז כמעט נישט מעגליך. ממילא...... ווער ווייסט? אפשר צוליב דעם איז ער געווען - כפי השמועה - איינער פון צוויי צדיקים צו וועלכע דער פריערדיגער ליובאוויטשער רבי נ"ע פלעגט שיקען א פדיון נפש בזמנים שונים. ווייל ער האט געהאלטען אז דער רבי ר' נחום'טשע איז א צדיק אמת. און א צדיק אמת גיט זיך אפ מיט די צרכי העם כפשוטו. כ"ז בדרך אפשר
Subscribe to:
Post Comments (Atom)
8 comments:
this is a US publication for kids of the Us cheder
Hirshel
What year did Reb Nuchem pass away?
תרצ"ו
the punchline from the story is, that the Rebbe wanted that Reb Uri should get a legitimate 9 to 5 job and use his talents, he did not even let him be a sofer
Its an amazing story, that's why this idiots wanted to kill it,by stating that laboring for a decent livelihood is not a Horoha Lerabim...
For the Rebiem of Rachmistrivke this hospital worker was that good, that they offered him their prize boy the previous rebbe Reb Mottel a famous Ilu and Masmid in Yerushaliem, but this imbeciles labeled Mechanchim its not a Horoha Lerabim
What is the chidush???All normal Rebbes were like that (normal means Russian:))
See story with more details, and a whole shmoos on this topic in Amorous T'horos. (thjs is just a small part that was printed for little children)
שלום ! בבקשה ממכם האם משהו יכול לשלוח לי פירוש באיידיש של פדיון נפש
גם אנגלית יהיה מועיל ביותר
בברכה ותודה מראש
amiel.podo@gmail.com
תחפש באתר הבא על פדיון נפש יש להם גם באנגלית
www.breslevmeir.com/פדיון-נפש
Post a Comment