Friday, June 27, 2014

א איד, א "מקורב" צו ליובאוויטש, שרייבט זיינע געדאנקען לכבוד ג' תמוז - עשרים שנה






















הירשל

עס איז שוין צוואנציג יאר פון ג' תמוז און אלע שרייבען. זיי שרייבען וויזוי חב"ד גייט ווייטער אהן, און איז אפשר נאך שטארקער ווי "בחיים חיותו!"  נו!, איז מן הסתם מעג איך אויך שרייבען. איי, ווער בין איך? אויך א איד! מען האט אזויפיל געשריבען און עס איז נאך אלץ דא דער רבים המחפשים וואס איז דער חידוש פון דער ליובאוויטשער רבי? דער ענטפער איז א פשוט'ער און בכלל נישט קיין מחודש'דיקער, נאר עס ווילט זיך אויסרעדען א ביסל וועל איך אביסל מאריך זיין, ברשותכם

לדעתי איז די חידוש פון דער רבי אז ער האט געגלויבט, ער האט פשוט געגלויבט אין דער אויבערשטער, געגלויבט אין די תורה, און געגלויבט אין אחינו בני ישראל. ער האט געגלויבט אין דער אויבערשטער, געגלויבט אז ער איז א כל יכול, געגלויבט אז ער איז א גוטער. נו! טאמער איז ער א גוטער איז ווי קען זיין שלעכט? איז דאך אלעס גוט. אויפ'ן עבר מוז מען זאגען כל מאן דעביד רחמנא איז דאך לטב, און נאך מער גם זו לטובה אז דאס וואס זעט אויס צו זיין שלעכטס – אזוי וואלט ער זיך אויסגעדרוקט - איז דאך גוט, און אזא גוט וואס נאר א כל יכול קען געבען. זאל מען רעדען פון עתיד איז דאך זיכער אז דער אויבערשטער, א כל יכול, וועט געבען טוב הנראה והנגלה, ווייל ער איז דאך א כל יכול און א גוטער. איי, קען זיין עפעס א גוטס וואס דער מענטש מיינט איז שלעכט, א כל יכול קען געבען אויך יענער טוב בטוב הנראה והנגלה. און ער האט דאס אלעס געגלויבט מיט א פשטות, אן פשעטליך. סיי אין עניני הכלל און סיי אין עניני הפרט.

פון די יסודות זיינע איז געווען די אמונה אין השגחה פרטית, אבער זיין גלויבען אין השגחה פרטיות, נישט סתם, נאר ווי דער בעל שם טייטשט: אין יעדער פרט אין יעדער רגע. אשר על כן איז דאך יעדער זאך א וויכטיגער, עס זענען נישטא קיין דברים של מה בכך - דער אויבערשטער איז דאך מהוה און מחי' א יעדער קלייניקייט. און פון דעם גלויבען קומט אויס נאך א זאך, דאס הייסט אז יעדער זאך לערנט אונז עפעס, עס איז נישט דא א זאך, נישט דא א געשעעניש וואס זאל זיין סתם אזוי, און אויב איך האב זיך דערוואוסט דערפון מוז זיין עס האט מיט מיר אין מיין לעבן, אין מיין עבודת ה', דער אויבערשטער רעדט צו מיר. דאס האט ער גערעדט וואך איין וואך אויס די זעלבער נקודה, דער זעלבער געדאנק, ער האט עס געאטעמט, ער האט עס באמת'ן געגלויבט. ער האט געגלויבט אין די תורה, ער האט געגלויבט אין יעדעס ווארט, אויב עס שטייט זעקס טעג איז זעקס טעג, אויב עס שטייט אויף ארץ ישראל אז עיני ה' אלקיך בה איז דאך די מציאות אזוי, געגלויבט פראקטיש נישט אין דער הימל נאר דא אין ארץ הגשמי אזוי בפועל ממש. געגלויבט אז די תורה האט א כח אויף וועלט, צו טוישען די מציאות פון וועלט – וויפיל צעהנדליגער מאל האט ער איבער געחזר'ט דער ירושלמי אויפ'ן פסוק לא-ל גומר עלי – ביי אים איז דאס געווען די מציאות, די ריאליטעט. ער האט געגלויבט אין תורה שבכתב, אין תורה שבעל פה, אין כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש, ער האט געגלויבט אין יעדער ווארט פון חז"ל, יעדער ווארט פון א ראשון וכו' הן בנגלה דתורה והן בנסתר דתורה און אזוי ווי ער וואלט געזאגט: עס איז דאך אלץ איינס און די זעלבע זאך.




אט די טיעפע אמונה האט אונז געגעבען א הערליכע שיינע מתנה, א ירושה וואס די וואס עס פאראינטרעסירט זיי קענען גוט גענוסין פון איר. איך רעד וועגען די מוראדיגע רש"י שיחות, זיי זענען אן אויסדרוק פון אט די אמונה, דאס גלויבען אז עס קען נישט זיין א אות אין רש"י אן א פארוואס, דאס גלויבען אז ווען רש"י זאגט לא באתי אלא, איך בין געקומען נאר אויף פשוטו של מקרא, מיינט ער פונקטלעך וואס ער זאגט. אז רש"י האט מעתיק געווען אט די ווארט, אז ער שטעלט זיך דא און נישט דארט, אז ער לייגט צו א וכו', אז ער לייגט צו דער נאמען פון בעל המימרא, אין די אלע פרטים האט ער געגלויבט, און אדאנק דעם האבען מיר באקומען א גאנצע נייע דרך, א פרישע וועג צו לערנען א פסוק חומש רש"י (און ער האט געגלויבט אז מיר וואלטען אויך געדארפט קענען לערנען רש"י אויף אזא אופן). ער האט געגלויבט אז ווען זיין שווער, דער פריערדיקער רבי, האט דערציילט א מעשה מיט פרטים און פרטי פרטים – א מעשה איז דאך מער אינטרעסאנט אזוי – איז יעדער פרט ופרט מיט א חשבון, עס ליגט אין דעם עפעס, ס'איז נישט סתם. און אז די מעשה איז דערציילט געווארען אין דער טאג אן נישט אין א אנדערע איז דאס אויך א חלק פון די תורה, און מען רעדט דא וועגען שיחת חולין! אבער ער האט געגלויבט אז אויב חז"ל זאגען שיחת חולין של ת"ח צריכין לימוד מיינט עס נישט סתם לימוד נאר טיעפע גאונ'ישע לימוד. און אז מען וועט רעדען וועגען פנימיות התורה – וואס איז ריינע אמונה – טאקע אין חב"ד אין שכל אבער אלץ נאר אמונה ריינע אמונה, די רייכע מאמרים ווי אין זיי ווערט אפגעטייטשט א מאמר חז"ל א ווארט פון איינע פון דער פריעדיקע רביים, און אלע מאל דער זעלבע נקודה דער אמונה אין אחדות הבורא ווי עס דריקט זיך אויס אין אחדות התורה, ערשט דער מדרש על פי פשוטו און טיפער אין איין אופן און אין גאר א צוויטע טיעפערע אופן א דריטער אופן וואס איז נאך טיפער אלץ מער מופשט – פארבינדינדיק די אלע פרטים און ביאורים אין איינעם – ביז צו דער ריינע אמונה אין עצמותו ומהותו ית'.

און ער האט געגלויבט אין כלל ישראל און אין בני ישראל, ער איז געווען א מנהיג ישראל א נשיא בישראל און דאס איז געווען דער עצם ענין זיינער. און געגלויבט האט ער אין דער כלל און אין דער פרט און אין יעדער איינעם, ער האט געגלויבט אז אידען האבען כחות וואס זיי אליין ווייסען נישט, ער האט געגלויבט באמת אז אנו רוצים נאר שאור שבעיסה איז מעכב. קען זיין ער האט נישט געגלויבט אזוי שטארק אין די שאור שבעיסה, עס איז דאך אין לך דבר העומד בפני הרצון - ביי יעדע יחידות, אין יעדער בריף, אין יעדער צעטעל דער זעלבער ענטפער: איך גלייב אין דיר, דו קענסט, דו וועסט, דו האסט די כחות אויף דעם ווייל. ער האט געגלויבט אז א איד האט א נשמה, א איד איז פארבונדען מיט א כל יכול - אויב אזוי קען מען אלץ טאן. ער האט געגלויבט אז מענטשען, אידען, חסידים פארשטיין וואס איז ריכטיג, וואס מען דארף טאן – און וועגען דעם האט ער נישט געקענט גלויבען אנדערש. נאך צענדליקער יארן איז עס נאך אלץ געווען ביי אים א חידוש, "איך פארשטיי נישט דער גאנצע שטעל דיינע," "ולפלא..." "תמיהני ..." ער האט נישט געקענט גלויבען אז מענטשען קענען נישט, ווייל ער האט געגלויבט אין אונז אלע, אין זיינע חסידים, אין כלל ישראל. ועל כולם האט ער געגלויבט אז ועמך כולם צדיקים, פשוטו כמשמעו. און וועגען דעם טאקע האט ער נישט געקענט פארשטיין פארוואס משיח – וואס איז דער פשוט'ער רעזולטאט פון די אלע אויבענדערמאנטע גלויבען – איז נאך אלץ נישט דא.

ויה"ר אז בקרוב וועט מען זוכה זיין צו הקיצו ורננו ... ... ... און מיר וועלען זוכה זיין זעהן זיך מיט'ן רבי'ן ,פשוטו כמשמעו.

 זכותו יגן עלינו.

14 comments:

doobie said...

wow, bravo!

beautifully said.

Hopefully someone will translate this into English.

this is better than all the nonsensical conjectures in the three recently published "bio's"(which, imho, are total bosh - yes, including the one by M).

sholom berish said...

Funny, that word nonsensical also fell into my head (and that Britishism-bosh) .
But in a slightly different context.

Sruel Ber said...



If this person wrote a nice piece, does not mean that Chaim Millers book is no good.
Unless you can review it with all your critic.

Anonymous said...

This was sooooo good. I wish we can read more from this excellent writer

Isser Zalman said...

What a masterpiece!
!אזא מייסטערווערק
אין די 35 יאר איך בין אין ליובאוויטש האב איך ניט געהערט אזא קלאר און גרונטיג אפטייטש
איסר זלמן

Anonymous said...

What a masterpiece!
!אזא מייסטערווערק
אין די 35 יאר איך בין אין ליובאוויטש האב איך ניט געהערט אזא קלאר און גרונטיג אפטייטש
איסר זלמן


ווען איז די לעצטע מאל וואס דו ביזט געוועהן ביי א חסידישע פארברענגען???

Moshe wolf said...

"ווען איז די לעצטע מאל וואס דו ביזט געוועהן ביי א חסידישע פארברענגען???"
are you testing his chasidus?

Isser Zalman said...

To Anon: Last night with הרב שלום חריטנב here in LW ir haTorah. He was gevaldik. He knows a velt chassidus etc. etc. But still did not upteitch the Rebbe as good as the "mekuriv" author of that beautiful post. I guess you need to come from the outside to really appreciate the Rebbe.
It's interesting that all 4 bios of the Rebbe that just came out are from mekurovim.

To Moshe wolf: Thanks.

Not a Harry said...

All 4 are blatantly deficient.

Silly said...

All 4 bios? What are the FOUR?

Kovner said...

How can a "chosid" upteich his rebbe? Does a child upteich his father? If one is looking to define his maalos one must inevitably notice his faults. Only hkb"h is "mehoolal batishbochos".

Moshe Wolf said...

Isser Zalmen
A insider beileves that all gedolim would be truthfull to the core and have emuna to the core.So he will come up with chidushim that you can agree or disagree.
But for a outsider point of view who sees that the Rebbe was unique even on the basics...
As chazal say Ute Kerochloi ... I am not here to discuss other gedolim fallacies But lets keep it to the point, the Rebbes emuna Bashem Ubetrosi uBeyisroel and truth was so powerful...

Leroy said...

http://crownheights.info/assets/2014/07/101.jpg

Hmm is called Maaneh lashon app

Farshteier said...

Miller's book is the worst of the three. Telushkin writes as a respecting admirer. Steinsaltz explains what a Rebbe is, what yechidus is, etc. As for Miller, ver iz er? ver git em resshus Tzu shreiben? he tries to analyze what the Rebbe thought. A foolish endeavor.