Tuesday, July 6, 2021

וואס פארשטייען מיר בכלל צו אזעלכע אידן ווי ר' פיניע?



































דער אמת איז אז ווען ס'קומט צו אידן ווי ר' פיניע איז נישטא קיין ווערטער. וואס מ'וועט נאר וועלן אויף אים זאגען וועט ניט זיין גענוג. דערפאר איז נישט דא דאס פלאץ אויף די באקלאגן זיין פטירה. און חוץ פון דעם וואלט ער דאס בכלל נישט צוגעלאזט. ס'טייטש! ביי חסידים מאכט מען נישט קיינע הספדים. אבער אידן בעטען צו הערן עפעס וואס.

ר' פנחס ב"ר יהושע ע"ה איז געווען א איד וועלכע איז אויפגעוואקסן אין די שווערסטע צייטן אין רוסלאנד און דערנאך אין די ווייטע אוזבעקיסטאן ביז נאך די מלחמה. שפעטער איז ער געווען א תלמיד ביי ר' ניסן נעמענאוו אין פאקינג און אין פראנקרייך. זיין פרוי - תבלחט"א - איז  אן אייניקל פון די וויליאמסבורגער בוטשער ר' פתחי' לאם. ר' פיניע איז כל ימיו געזעצן און געלערענט און געדאווענט כל ימיו. געווען א משפיע אין מאנטרעאל און אין קראון הייטס. תמיד מיט א שמייכל. געוויזן אז מ'קען זיין א ברענעדיגער איד און שמייכלן צו יענעם און אזוי מחנך זיין דורות.

לא החזיק טובה לעצמו. נישט קיין ברייטע הוט און נישט קיין שיפע טאשן. וד"ל. געווען א ירא שמים בתכלית, מורא געהאט - מיט אן אמת!- טאן עפעס וואס דער אייבערשטער וויל נישט. נאר צו זעהן ווי ער האט זיך אפגעגעבן מיט זיין אלטען טאטען - הרה"ח ר' יהושע ע"ה - שוין נאך די שבעים איז געווען א לעבעדיגער מוסר ספר. ר' יהושע איז אוועק צו די 103 יאר אין תשס"ח. אין אנדערע קרייזן וואלט מען פון אים און זיינע הנהגות און הקפדות און דקדוק על קלה כבחמורה געמאכט נישט ווייניגער ווי די "גרויסע" ראשי ישיבות וואס זענען לעצטענס אוועק. ער איז איבער א יאר צייט געלעגן אין שפיטאל ר"ל און אין "ריהעב," אבער וואס האט אים באזארגט און געבאדערט ליגענדיג אין בעט באהאפטן צו אלערליי מאשינען איז געווען טאמער וועט ער פארפאסן הערן קידוש אום שבת, וכדומה. 


נישט צוליב נקמה חלילה, אבער דער יונגער דור דארף פארט וויסן וואס מ'האט געטוהן מיט אזא צדיק ווי ר' פיניע. ווען מ'האט אים אזוי ברוטאליש געשניטן די דיקנא קדישא - און נאר צוליב ביי אים איז דאס געווען אזוי חשוב און הייליג. אפילו די וואס ווילן פארטיידיגן - אדער לכה"פ "קענען פארשטיין" (כלשונם) - די מעשה נבלה וואס מ'האט געטוהן מיט ר' מענדל וועכטער, פארלירן די צונג ווען ס'קומט צו די מעשה נבלה וואס די נידערטרעכטיגע פארשוינען האט געטוהן מיט ר' פיניע, וואס סה"כ האט געלערענט חסידות מיט א בחור אין א נייטראלער לאקאציע, נישט קיין סאטמארישע ישיבה. אבער רוצחים פארטיידיגן רציחה, אזוי איז די מנהג העולם. 

די וואס ווייסן זאגען אז ר' פיניע האט געהאט מסירות נפש אויף צו לערנען א פרק תניא, כאטש וואס די רוצחים האבען אים געווארענט אז מ'גייט אים צומזיק'ן. זעהט אויס אז ער האט אונטערגעשעצט די שנאה פון די רוצחים צו חסידישע אידן און צו כל מה שריח חב"ד וחסידות נודף ממנו. א איד מיט בארד און פאות המכונה "חסיד" זאל טוהן אזאנס? ווער קען דען דאס גלייבן? אוודאי נישט א איד וואס לעבט מיט אהבת ישראל. מאנכע זאגן אז איינער פון די רוצחים איז אים געקומען איבערבעטן ווען ער איז לעצטענס געשטאנען פאר א שווערע פראצעס.. הייסן הייסט עס אז ר' פיניע האט אים גע'עצה'ט פארן אויפ'ן ציון פון ליובאוויטשער רבי'ן און דארט בעטען מחילה...

פיניע האט איבערגעלאזט א דור פון קינדער, אייניקלעך וכו' און תלמידים וואס וועלן אים קיינמאל נישט פארגעסן.

 דינסטאג - ביי די ענדע פון די שבעה האט מען שוין געשטעלט די מצבה...קורונא אין ליובאוויטש האט געריסן שטיקער, דאס בעסטע און די שענסטע. נאך איידער מ'האט געוואוסט וואס און ווען איז שוין אין קראון הייטס געווען א מאסן אנשטעקעניש. ר' פיניע האט למעשה געקעמפט איבער א יאר מיט אלע סארט קאמפליקאציעס און צום סוף איז געווען נצחו אראלים וכו'. אויף אזוי ווייט און אזוי לאנג הא ער שוין געפעלט אין 770 אז מ'האט שוין כאילו פארגעסן פון אים. אוודאי נאר כאילו, ווייל פיניע וועט מען קיינמאל נישט פארגעסן. זאל דער פון אויבן טרייסטן זיין אלמנה תחי' און זיין חשוב'ע משפחה, און זאל מען זוכה זיין צו והקיצו ורננו שוכני עפר, והוא בתוכם. 


5 comments:

Anonymous said...

The Chabad "Tzimtsum" screams out of this grave stone....

שרייב עפעס said...

פארוואס האבן זיי אים נישט געקענט באשרייבן אן דער 'אין אנדערע קרייזן וואלט מען', כאילו אן דעם קענן זיי נישט שעצן א מענטש?
ובפרט אין די שקר שבדבר. אין אנדערע קרייזן וואלט מען אים שטארק געהייבן, אבער ביי אונז נישט, ממילא מעג מען אים דערהייבן. רינגס ארום.

די מעשה פון די קלעפ איז וויכטיג צו קענן, אבער פארוואס זאל דאס זיין זיין היסטאריע לנצח? ער האט דאך געהאט אסאך מעלות און מדרגות, און יעדער קען זיך אפלערנן פון אים אין יעדער הינזיכט, פארוואס קען מען אים נישט געדענקן פאר די אנדערע מעשים טובים זיינער?

איך בין זייער אנטוישט פון די באשרייבונג

Sztajn said...

Any relation to Grand Rabbi Ira korff of Boston, former son in law to Sumner Redstone of Viacom fame?

Anonymous said...

Back in the 80s I was friends with his non-Chabad nephew who he told that he does NOT believe the Rebbe is Moshiach.

Zalman Neubort said...

Either he changed his mind or they lied to you.