Showing posts with label ועדת שקד. Show all posts
Showing posts with label ועדת שקד. Show all posts

Thursday, February 20, 2014

ההבדל בין סיביר לכנסת ■ בעקבות ועדת שקד























הרב ר' דוד מאיר דרוקמאן שליט"א גיבט איבער דעם חב"דישען רעאגירונג צום נעכטיגן החלטה אין כנסת המינים

אן אינטערוויו אויף העברעאיש אינעם חב"ד און ליין וועבזייטל מיט הרב דרוקמאן


 אין אנדערע ווערטער: מיר זענען אויך גאר, גאר שטארק אומצופרידען פונעם ועדת השקד, נאר אהן די אלע סענסאציעס פון די אגודיסטן. אהן די נצחנות פון די סאטמורים וסייעתם, און אהן די ווייס-איך-וואס פון די אזוי-גערופענע "בני תורה" מחבלים. אונז גייט אויך פונקט אזוי שטארק אהן אז די ישיבות זאלען ווייטער קענען אנגיין אומגעשטערט, נאר אהן די הצגות פון ליצמאן און אייכלער. מ'נוצט אפילו די אלע נעמען ווי "יום שחור" און "דראון עולם." מיר זענען היינט אלע מסכים און מודה אז נאר איין ג-ט אין הימל קען ארויספירען פונעם היינטיקן בלאטע, נאר מ'דארף דאך טוהן השתדלות אויך, וועט מען זעהן מיט וועם מ'קען רעדן - אולי ירחם. מסתמא וועט חב"ד זיך משתתף זיין אין די פארשידענע עצרת תפלות למיניהם אויך. די שאלה איז נאר צו מ'האט טאקע געגלייבט אז מ'וועט קענען אזוי אנגיין לעולם ועד, און אז ס'וועט נישט קומען קיינמאל צו אזא פרשת דרכים ווי היינט. אדער אפשר גאר האט מען געגלייבט באמונה שלימה אז משיח וועט שוין דא זיין און וועט חרוב מאכען די מדינה הטמאה?