לכבוד כוא"ב ל"ה שנה
Seems to me that the day is commemorated more so to make money for institutions that carry his name, than to honor his memory, connect to him, and follow in his ways. The dinners, the countless number of booths collecting money. But to each his own. I won't tell his adherents how to do it.
Showing posts with label רבי יואל טייטלבוים. Show all posts
Showing posts with label רבי יואל טייטלבוים. Show all posts
Friday, August 22, 2014
Friday, October 26, 2012
תמונת היום
"מנחה יום ה' לך לך בבית האכסניא בוומ"ס הנגיד משה יוסף ווערטהיימער. האדמו"ר (ר' דוד מרחמסטריווקה ירושלים) מתפלל עם הבעקיטשע של ר' יאוליש (מסאטמאר זצ"ל) ....ער מאכט זיך [....] און יעדער טאנצט אים נאך, די סאטמארע וואס
גלייבן קוים אינעם באשעפער גלייבן אין אים כמעט ווי אינעם רעבע זעכיתע
יאגיין אליינו אליין, ס'איז א וועלט פון משוגעים אין די נארמאלע דארפן אדער
משוגע ווערן אדער זיך נעמען דאס לעבן, בבחינת אין אני והוא יכולין לדור
במדור אחד"
Tuesday, September 4, 2012
?"פארוואס ציהט עס טאקע "אהין
קודם כל גלייב איך נישט אז ער האט עס געזאגט, ווייל כידוע האט מען - און עד היום איז אזוי - געלערענט אסאך תניא אין סאטמארע ישיבות. זיי האבען אפילו געדרוקט א "כשר'ע" תניא - אהן די ליובאוויטשע הוספות. אבער לו יצוייר אז ס'איז אמת, פארוואס ציהט עס אהין? קען דען נישט יעדער בר-בי-רב דחד יומא גלייך זעהן אז "היינטיגע ליובאוויטש האט גארנישט מיט'ן תניא" אזוי ווי די סאטמורים זאגען? ליובאוויטש היינט איז דאך נאר ציוניזם מיט לייגן תפלין אויף גויים - און אפשר נאך ארגער, וועלכע בהמה וואלט געמיינט אז דארט אין "סעווען סעוונטי" פירט מען זיך ווי אין תניא שטייט? האט דער רב געהאדעוועט אזעלכע בהמות ביי זיך אין שט - ישיבה? איז פון דעם געדרינגען..... כ'ווייס נישט וואס מ'דרינגט ארויס פון דעם שטיקל פאפיער. איין זאך איז זיכער אז היינט קען מען דרוקען סיי וואס מ'וויל, און דער עולם קויפט עס. און דער מלקט וועט באלד הייסן "בעמח"ס עמד ושתלן" און וועט טוהן "שיינע שידוכים" נאך אויך. כ'פארגין עס אים, ער האט שווער געארבעט דערויף. באקען מעשיות און שרייבן ביכלעך נעמט צייט און אסאך מיה. ער האט עס ערליך פארדינט
!מזל טוב
Subscribe to:
Posts (Atom)

