
די וואס ווייסען, ווייסען אז די "נשא תורה" איז דארט וואו דער רבי זכרונו לברכה האט אוועקגעשטעלט די שיטה הקדושה לדורות, כדי אז ערליכע אידן זאלען וויסן וויזוי זיך צו פירען און וואס צו ענטפערען פאר די דוגלים בדעות כוזבות ועקומות, ווי למשל אנשי חב"ד והאגודה, וועלכע זענען נהנה פון די שטיצע פון די פארשאלטענע ציונים הארורים ימ"ש, און געבן צו עסן פאר אידישע קינדער פון די טמא'נע געלטער. דאס אז דער "כוח הפועל בנפעל" איז א דבר של ממש, דאס זעהט מען בעינים ווי די וואס זענען נהנה מסעודתם של אותם הרשעים זענען שטארק מושפע פון די אויר של כפירה באלקי ישראל וועלכע הערשט אין "מדינת ישראל," און זענען ממש בדעה אחת מיט זיי ווען עס קומט צו עניני פוליטיקה וכדומה אין ארץ ישראל. איין בליק אין די אזוי-גערופענע "חרדי'שע צייטונגען" וועלכע ערשיינען אין ארץ ישראל איז גענוג אויף זיך איבערצייגן אז ס'איז קיין אוטערשייד פאראן צווישן זיי און די אפיציעלע צויוניסטישע צייטונגען וועס עס רעדט זיך פון עניני המדינה, נאר צו ווייזן די כשר'ע חזיר פיסלעך ווארפען זיי אריין אביסל תורה און ספורי צדיקים. איינער וועלכע איז עוסק בתורת רביה"ק זעהט דאס גלייך אויף דער מינוט, און איינער וואס איז מושפע פון זיי קען עס זעהן אפילו 1,000 מאל און ס'איז ווי גערעדט צום לאמפ
אבער ווי ערשטוינט בין איך געווען צו זעהן אין רבינ'ס ספר "דברי יואל" אין פרשת מסעי ווי ער זאגט עפעס אינגאנצען אנדערש! און אז איך וואלט עס נישט אליין געזעהן שווארץ אויף ווייס וואלט איך געמיינט אז ס'איז אן ארטיקל פון אן אגודיסטישע חבר כנסת המינים וועלכע וויל פארטיידיגן די וואס נעמען פון טמא'נע געלטער. ס'טייטש אז מ'זאגט אז ס'איז בעסער אז די געלט זאל גיין צו צדיקים און לומדי תורה ווי איידער ס'זאל בלייבען ביי די פושעים?! דאס איז דאך ממש ממש די שפראך פון די אגודאים וועלכע זאגען אז ס'איז בעסער אז די טריפה'נע מדינה זאל געבן געלט פאר ישיבות און חינוך החרדי ווי ענדערש פאר דברי שחץ וכפירה. ער זאגט דא זייער קלאר אז פון אחאב'ס קיך האט מען געגעבן צו עסן פאר אליהו הנביא, (ער ברענגט עס, נישט ער זאגט עס) און ער זאגט ווייטער אז דאס האט גורם געווען אז אחאב זאל חוזר בתשובה זיין, און ער דערמאנט אינגאנצען נישט די כלל פון "כח הפועל", איז פארוואס איז דער כלל פון כח הפועל נאר נוגע ווען עס קומט צו ציונים, איז אחאב געווען ווייניגער רשע ווי בן-גוריון און לוי אשכול, האט מען נישט געקענט מחזיר זיין די ציונים דורך נעמען זייערע געלטער און בויען תורה און אידישקייט דערמיט?
טא וואס האט מען צו זיי טענות.... זיי פאלגען די מסעי תורה, נישט די נשא תורה