
אמאליגע אידן אין ווילנא
באקומען אויפ'ן עלעקטראנישע פאסט
לכבוד ידידי הרב הירשל שיחי'
איך האב לעצטענס באקומען דעם ביכל "פון ווילנא געטטא" געשריבען געווארן דורך חייקל לונסקי ע"ה אין יאר תר"פ. דער ספר איז זייער אינטערעסאנט, כאטש גאנץ אומיטיג, און עס איז כדאי אים צו ליינען. איטליכע זאכן וואסן איך האב געטראפן צו זיין מערקווירטיג וויל איך פאר אייך מעתיק זיין.
אויף עמ' 27 שרייבט ער "וואונדערבאר שיין איז געווען איז געווען אמאל דער ווילנער שמחת תורה אז ס'האט געהאט א שם. יונג און אלט, מיידלעך און ווייבלעך, אפילו זקנות פלעגן זיך צונויפזאמלען אין מאנסבילשער שול שמחת תורה, ס'איז געווען הפקר די וועלט..."
און בהמשך דארט עמ' 28 "עס פלעגט זיך ציען די הקפות, אפריער אלע ווילנער רבנים אין די שטריימעלעך מיט די געטליכער פנימער מיט די ווייסע בערד מיט די ספרי תורות אין די הענט ..."
און אויף עמ' 31 דערציילינדיק וואס דער גלות אפריכטער האט געזאגט פאר זיינע קינדער "אויך איך, מיינע ליבע קינדערלאך, זאג שוין צייט אייניגע חדשים דעם 70טען קאפיטל פון תהלים, ד"ה, אז איך בין שוין אלט 70 יאר און ס'איז שוין צייט מסתמא אהיים צו פארן"
די ביכל קען מען טרעפן ביי די אידיש בוך צענטער .
“Haykl Lunski” “Fun Vilner Geto”כדי אים צו טרעפן דארף מען זוכן פאר
לויט ווי איך פארשטיי איז חייקל לונסקי ע"ה געווען א פרומער איד און ספרן אין די גרויסע ווילנע אידישע (שטראשון) ביבליאטעק.
Buy It Here
More From Lunski Here

Lunski ביי דער ארבעט
(YIVO)
אמר הירשל:
ס'שווער צו וויסן וואס גענוי ער מיינט ווען ער זאגט אז "ס'געווען "הפקר" די וועלט," ווייל מ'איז ח"ו ניט חושד ווילנער אידן אויף מעשים אשר לא יעשו. נאר וואס? מן הסתם מיינט ער אז אין הנהגת ביהכ"נ, וואס איז ווילנא איז געווען גאנץ "יעקיש," האט מען שמחת תורה נישט אזוי נאכגעקוקט. מ'האט אריינגעלאזט די נשים און בנות אין בית מדרש און זיי זענען געשטאנען דערביי, צוקוקענדיג ווי די מענער און קינדער פרייען זיך מיט די הייליגע תורה. נישקשה. אויך איז זיכער געווען גענוג און נאך פלאץ אין שול, אזוי אז די נשים זענען געווען נישט ממש אין די ד' אמות פון די מאנסבילער. כנלענ"ד
אבער איין זאך זעהט מען יא: אז שמחת תורה איז געווען פרייליך אויך אין ווילנא, און אויך פאר די נשים איז וויכטיג געווען זיך אנטייל נעמען מיט די שמחה. דהיינו, נישט ווי היינט וואס מאנכע ישיבה'לייט ווילן טייטשן אז נאר די וועלכע האבן געלערענט תורה און געהארעוועט אין תורה, און גוט פארשטאנען תורה זענען מחותנים מיט'ן תורה און מיט איר שמחה'דיגן טאג

ווען עס קומט צו די שטריימלעך ווערט מיר אביסאלע שווער. ס'טייטש אז אזא גרויסע גרופע אידן זענען שבת קודש און אין די ימים טובים געגאנכען אנגעטוהן אין די בגדים פון די חסידים? אין מתנגדישען ווילנא? איי, וועט איר מיר געבן צו פארשטיין אז רבי הירש לייב, די וואלאזשינער ראש ישיבה, זיין איידים ר' רפאל, ר' מיכל פון נאווארדוק און אפילו רבי משה מרדכי זיינען אלע געגאנגען שבת און יום טוב אין שטריימלאך, וועל איך אייך זאגן אז ניט דאס מיינט חייקל. חייקל, קוקט אויס, האט געמיינט די חסידים. פארוואס מוז מען אזוי זאגען? זיייער איינפאך. גיט א קוק אויף די נעקצטע אויסצוג, דארט וואו ער רעדט וועגן דעם וואס ער זאגט שוין אייניגע חדשים קאפיטל ע' ווייל ער איז שוין אלט 70 יאר. וואו נאך סיידען ביי חסידים איז פאראן אזא מנהג? און ביי חסידים גופא, כאטש אז מ'זאגט אז דער מנהג שטאמט פון בעל שם טוב אליין, איז דוקא ביי חב"ד ליובאוויטשער חסידים דאס אן אנגענומענע זאך. אברהם טווערסקי האט זיך אפילו אפגערעדט אז ביי די 119 יאר וועט ער דארפען זאגן קאפיטל קי"ט, א חשבון פון 176 פסוקים. קוקט אויס אז נאר אין ליובאוויטש איז דאס א זאך. נו, שוין, קוקט אויס אז אויך אין ווילנא, נאך מיט איבער 100 יאר צוריק, איז ליובאוויטש געווען א כח
Litvishe Shtreymlach in Circus Tent







































