Showing posts with label צהל. Show all posts
Showing posts with label צהל. Show all posts

Sunday, June 9, 2013

זה עוסק בלולבו וזה עוסק בסוכתו, כ'מיין צו זאגען זה עוסק בשלטו וזה עוסק בשקו.... ביטול תורה? וואס, וואו, ווען



















- איינער פון די גרויסע "טענות" וואס די אזוי גערופענע "קנאים לדבר ה'" פלעגן צו האבען - און האבען נאך היינט מסתמא איז דאס אז די ליובאוויטשער בחורים זענען מבטל תורה דורך דעם וואס זיי גייען ארויס ברחובה של עיר און טוהען אהן תפלין מיט אידען וכדומה. שוין. מ'קען הערן אזא טענה. כאטש אז באמת איז דאס פונקט אזוי מותר ווי גיין קויפען סעמיטשקעס און בלעטער און גיין זיך באדען ביים ים ----- אבער וויל אייך פרעגן, א"ג קנאים, דאס אז ס'איז דא א חיוב מחאה אויף די גזירת גיוס בני הישיבות קען מען נאך הערן אז דערפאר זאל מען מבטל זיין טויזענטער בחורים לכמה שעות רצופות אין א טאג פון סדרי הישיבה. נישט בין הזמנים און נישט קעמפ, נאר א פשוט'ן זונטאג. כאטש ווער זאגט אז מ'דארך פארען דערויף קיין מאנהעטן? אין וויליאמסבורג און אין קר"י קען מען פונקט אזוי גוט "מוחה" זיין. די פרעסע האט קארס, ווענס און העליקאפטערס, זיי קענען אנקומען צו די ווייטע קר"י אויך. ס'נישט אזוי "ווייט" פון די טמא'נע שטאט ווי מ'מאכט עס...און זונטאג איז דאך נישט ארבעט'ס טאג, ווער וועט אייך זעהן דארטען אין מאנהעטן??? אפאר נארישע טוריסטען? אבער מי התיר לכם מאכען אזעלכע "הצגות" (אנטשולדיגט מיר וואס איך שרייבט א טמא'נע ווארט) מיט זעקלעך און קייטלעך און שילדען? פון וועלכע רב אדער דיין האט איר באקומען די היתר? קיין שום רב וואלט נישט מתיר געווען אזא זאך ווען מ'פרעגט אים און מ'איז אים מסביר וויפיל שעות פון ביטול תורה דאס איז גורם. ס'איז סתם אז מ'מאכט די ירושלימ'ער ליצים מיט זייערע הצגות. נאר וואס? ס'איז אלץ בלאף. ס'איז פונקט ווי הענגן שילדען און לעמפלעך ביי די רבי'שע חתונות. הפה שהתיר את זה התיר את זה. ס'איז אפשר נאך ערגער ווי דאווענען נאך די זמן תפלה... ואשרי חלקם פון די ישיבות הליטאיות דא אין אמעריקא וועלכע האבען זיך נישט געלאזט פארדרייען די קעפ און אנגענומען אויף זיך אנשטאט מבטל זיין סדרי הישיבה מחזק צו זיין די סדרים און אזוי צו בעטן ביים בורכ"ע זיך מרחם צו זיין אויף אחב"י אין ארץ ישראל. און מיט דעם זענען זיי אויך כנראה מחוץ למחנה - די זעלבסט-געמאכטע מחנה החדשה פון יהדות התורה הנאמנה שומרי הגחלת והפך השמן הטהור



Tuesday, June 4, 2013

?וועמען סטראשעט מען דא
























Source

 I'm not here to discuss the actual demonstration, or the content of the pashkevil you see here, which is just that, and unsigned figment of somebody's imagination. They want the Yeshivaleit to go, so they drag RAK into the conversation. Again we see how the zealots think they know better than the Rosh Yeshiva's children and talmidim. And I know this is old stuff, this style of writing, but I'm still baffled by it. What I want to discuss is, like, do they really think that a) people will burn the whole town down like some riot in the 60's? And b) do they really think that somebody in the איזראעלי Government will be threatened by this leaflet and change his mind about the plan to draft Yeshiva Bochurim/Yungeleit? 

So what gives?