Showing posts with label ארץ ישראל. Show all posts
Showing posts with label ארץ ישראל. Show all posts

Thursday, August 11, 2016

!אהין


















מקדש מלך עיר מלוכה
טאטע שענק אונז אביסל מנוחה
ס׳מיר דארט מער ניחא
א דירה סרוחה אונטער דיין שויס מידך הפתוחה

קומו צאו מתוך ההפיכה
אוי! די דאלאר-געטשקע, דער עגל מסיכה
לאמיר קערן א וועלט, לאמיר מאכן א מהפיכה
!גענוג שוין אין קאלומבוס'עס עמ-ריקה וחשיכה

רב לך שבת בעמק הבכא
גענוג גע'בוכה'ט בבכייה ואנחה
גיב זיך א הייב מיט דער גאנצער משפחה
כי שם ציוה השם את הברכה

,והוא יחמול עליך
,נאר אהין גיי איך דא פארשטיי איך
!שוינישט שייך, ירושלים
!פתחי שעריך ובירך בניך

 לכה דודי לקראת כלה
!מ׳פאקט פעק - קומו ונעלה
מיר פליען קיין ציון - בלי שום שאלה
!ברידערלעך אהיים, אהיים שוין אלע

בן יעב״ץ
 גולת עירמונט ע״ש חזון ע״ו

Friday, August 5, 2016

Historic images - The Gerrer Rebbe in Trieste, Italy on his way to Eretz Yisroel - c. 1923

Next to him is his shvogger the Bendiner Rov. I'm not 100% certain about the dates. Did the Imrei Emes visit EY in 1923? It sounds right, just not sure. We can look it up and verify.

From Wiki:
בשנת תרפ"ד (1924) ביקר פעם נוספת בארץ, והסביר כי "כמו חסיד שמוכרח למדי פעם לבקר את רבו" כך הוא "מוכרח בכל כמה שנים לבקר את האם - ארץ ישראל".לנסיעה זו הצטרפו גיסו רבי חנוך צבי לוין מבנדין, חתנו יצחק מאיר לוין והאדמו"ר מסוקולוב-קוצק רבי יצחק זליג מורגנשטרן. ביקור זה נמשך כשישה שבועות שבהם ביקרו בירושלים, צפת, טבריה, חברון, ותל אביב[] ועודדו את החסידים העולים שנתקלו בקשיי פרנסה. במהלך הביקור רכש יחד עם חסידיו מקרקעין בשכונת קריית שמואל בטבריה, ומלוויו השתתפו בסיור במקומה העתידי של בני ברק יחד עם מייסד העיר יצחק גרשטנקורן. לאחר חזרתו לפולין אמר: "דעתי היא, שאם יעלו עכשיו לארץ ישראל כחמש מאות משפחות אמידות מאנשי שלומנו, נכבוש את הארץ בחומר וברוח".. במהלך ביקורו זה ניסה ללא הצלחה לפשר במחלוקת בין הרב קוק והרב זוננפלד








Sunday, June 5, 2016

א טראפ'קעלע "קויחיוועאויצעםיודי" לכבוד ששת הימים



וואס זאל איך אייך זאגען? די וואס האבען מיט געלעבט יענע תקופה און ווייסען וואס האט ר"ל אפגעווארט אידישע קינדער אין ארץ אבותינו, ווייסען וואס פאר א שבח והודאה מ'דארף אפגעבן פאר'ן בורא כל עולמים וועלכע האט געראטעוועט זיין ליבע פאלק ישראל פון אלע דאס שלעכטס. היל"ת. די פענער מיט די הלל קענט איר לאזען אויף די זייט. אבער דאנקען און געדענקן דארף מען נאך. און נאך ווי אזוי!

Thursday, January 7, 2016

קיינער האט נישט געזאגט פאר רבי חיימ'ס "שטוב מענטשן" אז דער סקווערער רבי נעמט מען אויף מיט א הוט און רעקל, און מ'שטעלט צו אביסל כיבוד אויך. ומה טוב זילבערנע כלים מיט הויפענס טרויבן

זיכער האט דער רבי אנגעזאגט פאר זיינע מענטשן אז מ'זאל נישט שטערן דער ראש ישיבה פון לערנען, און מ'זאל אים נישט זאגען אז דער סקווערער רבי קומט ארויף צו אים, אז דער ראש ישיבה זאל זיך נישט צוגרייטען און זיך שטערן א מינוט פון לערנען. אזוי ווי בכלל האט ער אנגעזאגט אז כדי צו פארמיידען ביטול תורה פון די אלע חסידים זאל מען ארגעניזירן שיעורים אויף די רייזעס צו די מקומות הקדושים.... אזוי ווי די הונדערטער קינדער און בחורים וואס זענען פארבליבן אינדערהיים - וועלכע בלייבען אהן זייערע מלמדים און מגידי שיעור - וואס ביי זיי וועט אוודאי אויך נישט זיין קיין ביטול תורה.... מ'זאגט אז די צוויי האבען גערעדט פון..... טעכנאלאגיע, און אז ר' חיים האט געזאגט אז ס'איז יהרוג ואל יעבור. אבער וואס וועט זיין מיט די כיבוד? דערנאך איז מען ארויף צו ר' אהרן לייב, זאל געזונט זיין. דארט איז ער געזעצן מיט'ן הוט און קאפאטע, ווי עס פאסט פאר ווען מ'נעמט אויף אזא חשוב'ען גאסט. איין ג-ט ווייסט וואס איז בכלל פשט פון די גאנצע נסיעה.


Wednesday, August 6, 2014

'וואס איין דרשה פון א איד קען אלץ אנמאכען: חלק א


















אין ארץ ישראל טוט זיך א קליינע שטורעם. איינער, א איד, א בן אברהם יצחק ויעקב, וואס מ'זאגט אויף אים אז ער איז א צדיק נשגב וגאון עצום וועלכע איז אינגאנצען איבערגעגעבן לו יתברך. ער דאווענט שעות ארוכות און לערנט עד מיצוי הנפש. כפשוטו ממש. ער איז א מהדר במצוות שאין כדוגמתה. ער איז אינגאנצען מובדל פון די ציוניסטישע רעגירונג, און באנוצט זיך נישט מיט זייער ניי-ערפינדענעם שפראך. דער איד האט לעצטנס געדרשנ'ט אין בני ברק און האט מיט זיינע ווערטער מצליח געווען צו טוהן וואס קיין שום גוי, להבדיל, האט נישט געקענט: מאחד זיין כמעט גאנץ כלל ישראל! וואס האט ער געזאגט? האט ער מעורר געווען אין די ניין טעג צו אהבת חינם? וואס דען, זאגט איר. נאר אזוי קען מען מאחד זיין אידן. אבער ווייזט אויס אז ס'איז פאראן נאך מיטלען. אמאל באווייזט איינער אז דוקא מיט דברי פירוד פועל'ט מען דאס פארקערטע.

בא נגיד את האמת:

אין ארץ ישראל הערשט א שטיקל בלבול המוחות בשעת מלחמה. כל אחד שיש מוח בקדקדו וויל אז די ישראל'ישע מיליטער זאל זיגען. אז נישט איז אויס מדינה. נאר וואס? די אזוי גערופענע קנאים רעדן זיך איין אז היינט איז 1922 און רבי חיים זאנענפעלד זיצט אויפ'ן בענקל און ער גייט זאגען פאר'ן מלך אבדאללה אז מ'דארף נישט קיין מדינה. אבער איינער וואס האט א טראפ שכל פארשטייט אז צוריק גייט א קאזע. מ'קען נישט מתפלל זיין אז די מדינה זאל ווערן אויס אהן שפיכות דמים, במחילת כבוד די ויואל משה און די פאר נטו"ק חולי נפש. איז ממילא טאמער וויל מען אז די זעקס מיליאן בלעה"ר כ"י אידן זאלען ווייטער קענען לעבן רואיגערהייט אין ארץ אבותינו דארף מען אז די אידישע מיליטער זאל מנצח זיין. פראסט און פשוט. זאגט מען תהלים, מ'מאכט מי-שברך'ס, מ'שמייכעלט צו א סאלדאט - כל חד לפום שיעורא דיליה. יעדער איינער האט זיין גרעניץ וויפיל ער איז באקוועם צו טוהן אהן שפירען אז ער ציהט איבער די שטריק פון "התבדלות" פון די חילונים. ס'איז אפילו פאראן אזעלכע וואס וואלטען באמת געוואלט אנטוהן מונדירען און גיין און געבן פאר אונזערע שוועסטער-קינדער אפאר גוטע קלעפ! פשוט אלץ "האחיכם יצאו למלחמה וְאַתֶּם תֵּשְׁבוּ פֹה?" העלפט אבער דער אייבערשטער און די מלחמות ענדיגען זיך גאצץ שנעל, אזוי אז ביז יענער איז מחליט איז שוין דערנאך. מ'רעדט פון חרדים דא, שיהיה ברור. איינער וועלכע לעבט אין ארץ ישראל און געניסט פון די עלעקטריק און שאסייען פון מדינת ישראל, אפילו ער נעמט נישט קיין איין און איינציגע פיאסטער פון ישראל'ישע געלט, ער לעבט נאר פון אמעריקאנישע טריפה'נע געלט - דארף מכיר טובה זיין.

איז אלץ קלאר און דייטליך, וואו, פונקט, איז די בלבול המוחות פון וואס איך רעד? דאס איז ביי אזעלכע "קנאים" וואס ביי זיי איז די שיטה נישט 100 פערצענט קלאר. זיי האבען נישט קיין ויואל משה. זיי שטימען יא ביי די נאציאנאלע וואלען, אבער נאר כדי צו פאלגען די גדולים. נישט ח"ו ווייל זיי גלייבען אינעם רעגירונג. זיי באלאנגען בדרך כלל צו די ישיבה'שע-ליטווישע קרייזען. זיי וואלטען געוואלט זיין בריסקער קנאים אבער קענען נישט, מאיזה טעם שיהיה. אפשר צוליב דעם וואס צו זיין א בריסקער איז שווערליך און אביסל מאדנע. איז היות אז זיי זענען מענטשען מיט מענטשליכע געפילען קומט צו זיי נאטירליכערהייט אזעלכע געפילען אז זיי ווילען אויך אז צה"ל זאל מנצח זיין. פשוט ווייל אך און וויי טאמער פארלירען זיי! אבער לאחר המעשה - צו גאר בשעת מעשה - מישט זיך אריין די יצר הרע און קומט מיט אזעלכע א.ג. פרומע טענות אז היתכן אז זיי שטיצען די טריפה'נע צה"ל! איז פאר אזעלכע מענטשען איז די דרשנים און גדולים וואס קענען גוט געבן צו פארשטיין פארוואס הכרת הטוב איז בכלל נישט נוגע אהער, און פארקערט! מ'דארף גאר שרייען אז די מדינה איז שולדיג אויף דעם אז מ'שחט אידן, ר"ל. אבער ווער קען זאגען אזעלכע ווערטער אהן דעם וואס מ'זאל אים באשטיינערען? נאר א "גאון און צדיק." אזוי אז סתם באשקצ'ן א גאון צדיק קען מען נישט. בלייבט איבער נאר אז די אחדות איז צובראכען, און די ברכנו אבינו כולנו כאחד איז שוין אויך נישטא. און אזוי האט דער שטן מנצח געווען.




Friday, March 21, 2014

Dov Shurin strummin' his guitar under a tree in Lizhensk, today


















VIN

 It's a long way from חברון to ליזענסק, Dov!  And besides, what would your zeide say about you (leaving the Holy Land) to travel to Lizhensk? You living so close to so many gutte erter in Eretz Yisroel, why would you travel to blood-soaked Poland? Off with the galut mentality!

Sunday, May 5, 2013

...למרות שכמה פעמים גיליתי לו ששמעתי ממרן ....... שליט"א

We see that Rav Hutner was quite the independent gadol! He made up his mind and stuck with it. And the reason why וויתור על שטחי א"י is forbidden is quite a novel one; a Slabodker Chiddush, if you will. You might say you'd think the Rebbe and Rav Hutner would have the opposite opinions, with the Hutner opinion more of a Chassidishe derher, and the Rebbe's more of a nigleh'dige one. But it wasn't so on this matter. I just wonder if Lorencz bacsi was so adamant to give land in return for peace because it was the will of Maran, or was it because there was a genuine concern for Jewish life? Or maybe he was just a left-winger? In 1975 it was still relatively quiet, even if the Yom Kippur War was not the greatest of victories. In any case, see for yourself. The relevant shtikkel is in the הערות, if you will. We do applaud Rabbi Lorencz for keeping it in the sefer, even if it does show the schism between the Rabbonim. We thank RYH for giving Lorencz the "רשות להשמיע את דעתי" as well...

  Box.com link




Friday, November 16, 2012

אף כאן עומד ומשמש

: לאור המצב הנורא בארה"ק תובב"א  

דעם רבינ'ס ווערטער זענען פונקט אזוי נויטיג היינט ווי דעמאלסט. תורה איז א נצחי, און וואס מ'האט גערעדט פאר יענעם עת צרה איז נוגע צו אונז איצט אויכעט. אדאנק דעם "טריפה'נעם" כלי קען מען היינט הערן וואס דער רבי רעדט. ס'איז צו באמערקן אז י"ל אז דער רבי זי"ע זאגט אפשר די זעלבע זאך ווי אסאך פון די אזוי-גערופענע גדולי ישראל זאגען, דהיינו אז מ'דארף זיך שטארקען אין לימוד התורה און קיום המצוות, און פאר די תשב"ר זאגט ער אז "מיט איין פסוק מערער," אבער ס'איז מיט אן אנדערען טעם. דאס ליבשאפט צו אידישע קינדער איז ניכר אין יעדן ווארט און קרעכץ. ס'ווענט זיך אינעם "דעליווערי," ווי מ'זאגט עס, צו מיט ליבשאפט אדער נישט, צו אים איז נוגע מיט אן אמת דאס אז אידישע קינדער זאלען זיך אומקערן צום אויבערשטן, אדער סתם ער איז מוכיח ווייל אזוי געפעלט אים. זאל דער אויבערשטער שומר ומציל זיין אלע אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם, און בפרט אין ארצנו הקדושה ארץ ישראל, ארץ אשר עיני ה"א בה מראשית השנה ועד אחרית שנה, און זאל אינגיכען שיקן די גאולה שלימה ע"י משיח צדקנו, יבא ויגאלנו ויוליכנו קוממיות לארצנו במהרה בימינו ממש.

Tuesday, August 28, 2012

פארוואס וויל דער סקולענער רבי נישט קומען אויף אמעריקא? וואס פארזארגן די סאטמארער חסידים דעם סקולענער רבי'ן אין אנטווערפן?....




















The letter that I copy and paste here was first shown on one of the many Yiddish forums out there. Most of the contributors and readers are of the Satmar persuasion, which would lead me to believe that one of them was the one to publicize this letter. What's even more interesting is that Satmar is known for its gashmiyus'dike help, not so much trying to influence you ideologically. And on top of that, today Satmar and Skulen are buddy-buddies. Maybe the Skulener was misinformed and was convinced otherwise once he came to the States. I have posted the letter without changing a single letter from the original.

 פאלגענד איז אן היסטארישער בריוו וואס כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א האט געשריבן צו זיין נאנטער מקורב הרב צבי יוסף מיסקי ז"ל זייענדיג אין בעלגיע ווינטער תש"כ נאך וואס זיי האבן זוכה געווען צו ווערן אויסגעלייזט פון גלות ראמעניא, און עס איז דאן געווען פארשידענע פלענער וואו צו פארן, צו קיין ארץ ישראל אדער קיין אמעריקא. ווי עס קוקט אויס האט ר' צבי יוסף - וועלכער האט געוואוינט אין אמעריקא - געלייגט א שטארקע דריק אז מען זאל קומען קיין אמעריקא, און דאן האט דער סקולענער רבי שליט"א אים געשריבן דעם פאלגענדען בריוו. 

"אבער דאך ווייס איך ניט צו אמעריקא איז פאר אונז, מיר ווילן און מיר האפן זיך צו זען בקרוב מיט אייך, אבער אין תכלית ווייס איך ניט. די מאמע תחי' איז ניט געזונט, זי ליגט מיט ווייטאגן, עס ווייזט אויס דאס די קלימא שאדט איר. בעלגיע איז נישט גוט פאר רעומאטיזן און זי האט די איינציגע שוועסטער די מומע זלאטע אין ארץ ישראל, און אויך רייזל האט די עלטערן אין ארץ ישראל. דער מאמעס א נעפאט יעקב בן צבי מאשקאוויץ שרייבט מיר זאלן אונבאדינגט קומען קיין ארץ ישראל. ער האט אין בני ברק א ווילא מיט 5 צימער, גיבט ער דאס אונז און ער וויל אראנזירן מעבל יעצט. וועגן יעקב און צבי קלער איך אויך אפשר וואלט געווען פאר זיי מער תכלית אין ארץ ישראל. ר' אהרן גודמאן נ"י האט אונז איבערגעגעבן וואר דער סטומרער רבי שליט"א האט מיט אים אסך גערעדט וועגן טאטן, וועט דאך זיכער דער טאטע זיין ביי דעם סאטמרער רבי, קלער איך אז ער וועט זיכער מאכן א שמועס איבער די ענינים, זאל ניט חלילה ארויסקומען פון דעם קיין סכסוך. לויט ווי איך האב געהערט איז דער ראש הקהל מר יעקב שלמה נ"י שטיינפעלד אויך פון די מקורבים פון סטמרער רבי שליט"א, און אויך דאס קהל איז אויך סטמרער אנהיינגער, ווייס איך ניט צו דער טאטע שליט"א וועט קענען זיין מיט זיי צוזאמען. דער טאטע שליט"א האט זיכער ליב יעדן איד און יעדן רבי, אבער די סטמרער חסידים אז מען האלט ניט מיט זיי, קאנען זיי חלילה סיקירן. און דא אין אנטווערפען האט אונז אפגעווארט ביים אוויאן סיי די אגודת ישראל און אן עולם סטמרער חסידים. די סטמרער פארזארגן אצל דעם טאטן שליט"א מיט ספרים, ספר ויואל משה און דובב שפתי ישנים און פארזארגן אונז מיט צייטונגען פון די נטורי קרתא".