
יהודי משה-זהב פותח פה (עט) על דודו הקנאי ר' עמרם ברש"י בלויא ע"ה
זעהט אויס אז אפשר איז סאטמאר רב גאר גערעכט געווען. טאמער וואוינט מען אין ארץ ישראל קען מען זיך נישט האלטען פעסט אין די שיטה. די הצלחה פון די מדינה פארבלענדט די אויגן און מ'מיינט אז אפשר איז דאס דאס דער אמת. אפילו דער גרעסטער קנאי - און אפשר דוקא די קנאים, ווייל זיי זענען שטענדיג עוסק אין די ענינים, זענען זיי דוקא די מערסטע עממפענגליך צו די ציוניסטישע נאראטיוו. א פארעווער חסיד גייט אים נישט אן נישט אהין און נישט אהער. ער שטימט אין די טריפה'נע וואלען ווייל זיין רבי האט אים אזוי געהייסן, אבער מער גייט אים נישט אהן די ציונות שבמדינה מער ווי זיין גלייכצייטיגער פריינט אדער קרוב אין ברוקלין. משי-זהב איז נישט דער ערשטער און אפשר גאר נישט דער לעצטער וועלכע זעהט אז א מדינה איז אפשר נישט אזוי שלעכט פאר אחב"י. איבערהויפט נאך דער גרויסער חורבן אייראפע.








