Friday, July 16, 2021
Tuesday, July 13, 2021
Monday, July 12, 2021
נפטר הסופר שמואל ארגמן ז"ל
Sunday, July 11, 2021
מאראמורעשער אידן גייען קיין ארץ
olim__etmol_235_19_ by Hirshel Tzig on Scribd
Menachem Keren-Kratz, is the author of הקנאי
But wait, there's more!
Click Here for Additional Lecture Presentation
Thursday, July 8, 2021
Tuesday, July 6, 2021
וואס פארשטייען מיר בכלל צו אזעלכע אידן ווי ר' פיניע?
דער אמת איז אז ווען ס'קומט צו אידן ווי ר' פיניע איז נישטא קיין ווערטער. וואס מ'וועט נאר וועלן אויף אים זאגען וועט ניט זיין גענוג. דערפאר איז נישט דא דאס פלאץ אויף די באקלאגן זיין פטירה. און חוץ פון דעם וואלט ער דאס בכלל נישט צוגעלאזט. ס'טייטש! ביי חסידים מאכט מען נישט קיינע הספדים. אבער אידן בעטען צו הערן עפעס וואס.
ר' פנחס ב"ר יהושע ע"ה איז געווען א איד וועלכע איז אויפגעוואקסן אין די שווערסטע צייטן אין רוסלאנד און דערנאך אין די ווייטע אוזבעקיסטאן ביז נאך די מלחמה. שפעטער איז ער געווען א תלמיד ביי ר' ניסן נעמענאוו אין פאקינג און אין פראנקרייך. זיין פרוי - תבלחט"א - איז אן אייניקל פון די וויליאמסבורגער בוטשער ר' פתחי' לאם. ר' פיניע איז כל ימיו געזעצן און געלערענט און געדאווענט כל ימיו. געווען א משפיע אין מאנטרעאל און אין קראון הייטס. תמיד מיט א שמייכל. געוויזן אז מ'קען זיין א ברענעדיגער איד און שמייכלן צו יענעם און אזוי מחנך זיין דורות.
לא החזיק טובה לעצמו. נישט קיין ברייטע הוט און נישט קיין שיפע טאשן. וד"ל. געווען א ירא שמים בתכלית, מורא געהאט - מיט אן אמת!- טאן עפעס וואס דער אייבערשטער וויל נישט. נאר צו זעהן ווי ער האט זיך אפגעגעבן מיט זיין אלטען טאטען - הרה"ח ר' יהושע ע"ה - שוין נאך די שבעים איז געווען א לעבעדיגער מוסר ספר. ר' יהושע איז אוועק צו די 103 יאר אין תשס"ח. אין אנדערע קרייזן וואלט מען פון אים און זיינע הנהגות און הקפדות און דקדוק על קלה כבחמורה געמאכט נישט ווייניגער ווי די "גרויסע" ראשי ישיבות וואס זענען לעצטענס אוועק. ער איז איבער א יאר צייט געלעגן אין שפיטאל ר"ל און אין "ריהעב," אבער וואס האט אים באזארגט און געבאדערט ליגענדיג אין בעט באהאפטן צו אלערליי מאשינען איז געווען טאמער וועט ער פארפאסן הערן קידוש אום שבת, וכדומה.
נישט צוליב נקמה חלילה, אבער דער יונגער דור דארף פארט וויסן וואס מ'האט געטוהן מיט אזא צדיק ווי ר' פיניע. ווען מ'האט אים אזוי ברוטאליש געשניטן די דיקנא קדישא - און נאר צוליב ביי אים איז דאס געווען אזוי חשוב און הייליג. אפילו די וואס ווילן פארטיידיגן - אדער לכה"פ "קענען פארשטיין" (כלשונם) - די מעשה נבלה וואס מ'האט געטוהן מיט ר' מענדל וועכטער, פארלירן די צונג ווען ס'קומט צו די מעשה נבלה וואס די נידערטרעכטיגע פארשוינען האט געטוהן מיט ר' פיניע, וואס סה"כ האט געלערענט חסידות מיט א בחור אין א נייטראלער לאקאציע, נישט קיין סאטמארישע ישיבה. אבער רוצחים פארטיידיגן רציחה, אזוי איז די מנהג העולם.
די וואס ווייסן זאגען אז ר' פיניע האט געהאט מסירות נפש אויף צו לערנען א פרק תניא, כאטש וואס די רוצחים האבען אים געווארענט אז מ'גייט אים צומזיק'ן. זעהט אויס אז ער האט אונטערגעשעצט די שנאה פון די רוצחים צו חסידישע אידן און צו כל מה שריח חב"ד וחסידות נודף ממנו. א איד מיט בארד און פאות המכונה "חסיד" זאל טוהן אזאנס? ווער קען דען דאס גלייבן? אוודאי נישט א איד וואס לעבט מיט אהבת ישראל. מאנכע זאגן אז איינער פון די רוצחים איז אים געקומען איבערבעטן ווען ער איז לעצטענס געשטאנען פאר א שווערע פראצעס.. הייסן הייסט עס אז ר' פיניע האט אים גע'עצה'ט פארן אויפ'ן ציון פון ליובאוויטשער רבי'ן און דארט בעטען מחילה...
פיניע האט איבערגעלאזט א דור פון קינדער, אייניקלעך וכו' און תלמידים וואס וועלן אים קיינמאל נישט פארגעסן.
דינסטאג - ביי די ענדע פון די שבעה האט מען שוין געשטעלט די מצבה...קורונא אין ליובאוויטש האט געריסן שטיקער, דאס בעסטע און די שענסטע. נאך איידער מ'האט געוואוסט וואס און ווען איז שוין אין קראון הייטס געווען א מאסן אנשטעקעניש. ר' פיניע האט למעשה געקעמפט איבער א יאר מיט אלע סארט קאמפליקאציעס און צום סוף איז געווען נצחו אראלים וכו'. אויף אזוי ווייט און אזוי לאנג הא ער שוין געפעלט אין 770 אז מ'האט שוין כאילו פארגעסן פון אים. אוודאי נאר כאילו, ווייל פיניע וועט מען קיינמאל נישט פארגעסן. זאל דער פון אויבן טרייסטן זיין אלמנה תחי' און זיין חשוב'ע משפחה, און זאל מען זוכה זיין צו והקיצו ורננו שוכני עפר, והוא בתוכם.
Friday, July 2, 2021
אמאליגע סעלישער אידן
Years ago we spoke about the Jew from Sevlus (Selish) that I met while at the resting place of my grandparents. That was 10 years ago, what you might call the heady days of this blog. Stories like that one was what put us apart from other blogs, if I may say so myself. He had no issue talking - with a heavy heart - about the dark days in the Soviet Union, the forced chillul shabbos and yomtov, etc.. These were yidden that no past experience with the Russians, since their cities and towns were in either Czechoslovakia or Hungary or Romania before the war. For them, dealing with the new regime was a new צרה.
Since then, the 3-4 times year that I visit my zeides and bubbes, what happens is that I notice that the little חלקה in New Jersey has filled almost to the point of beyond recognition. The matzeivos you would see from the narrow roads in the cemetery are now hidden from view and you need to make new landmarks for yourself. So goes it with Jews of the old country; they're almost all gone. This week, while visiting, I noticed that another member of the Selisher yid's family has been added. I wonder if corona took him too. In my advanced age I cannot recall if our old friend ever told me his first name, so I cannot say for sure which of the brothers he was. I thought he was Nachman only because that kever was there the last few years. Now I see a new addition to the family plot...
But it's safe to assume that, unfortunately, he too has found his peace in New Jersey.
Thursday, July 1, 2021
שני תדפיסים מספר "המזכיר" שז"ע יצא לאור
המזכיר תדפיס by Hirshel Tzig on Scribd
Some Pages From Hamazkir by Hirshel Tzig on Scribd